נייגעריגער כתב:יא, האסט גאהרנישט פארענטפערט.
פון די קראקעווער מעשה איז דען א ראיה אז ס'נישט געוועהן קיין הכשר אויף די יאטקעס? מ'קען נישט קוקן אויף אן אויסנאמלעכע שערוריה און קומען צום אויספיהר אז דאס איז געוועהן דער איינפיהר.
דוקא פון די פינקל פרשה קענסטו דאך קלאהר זעהן אז נישט. ער האט דאך געהאט א הכשר.
אמת און נישט אמת.
די מעשה אין קראקא און פינקל איז הימל און ערד כ'האב עס קלאר ארויסגעדרוקט, סיי די פארגעשריטענע וועלט פון מאשינערי וכדומה, און די אחריות וואס מענטשן האבן געהאט, די צוטרוי, איז געווען אן ארטיקל וואס איז נישט ליידער אזוי אביוזט ווי היינט, אזוי צו זאגן. און פינקל איז געווען א קורצן צייט אפשניט, נישט קיין 20-30 יאר
למעשה צו דארט ביים קראקעווע שערוריה צו רבנים זענען געווען בעלי מכשירים, און פשוט אויסגעפאפט געווארן פאר דעקעידס, צו ניין, קיין השגחה איז קיינמאל געווען עכ"פ ביי יענע פאסירונג, ברויך מען וועריפייען פון א קראקער אידל פונדערהיים וואס וועט בעסער וויסן די היסטערי, גראדע איז אוועק א איד וואס איך האב געקענט נישט לאנג צוריק וואס איז געווען אין די קראקע קאפעליע אינדערהיים, יא ער קען וויסן פונקט אזויפיל ווי מיר ווייסן, נאך אלעם איז דאך עס מסתם איבער 100 יאר צוריק, אבער דאך איז אזא איינער נענטער צו יענע תקופה ווי אונז.
איך ווייס נאר אזוי פיל, כ'האב שוין געהערט די מעשה עטליכע מאל, קיינמאל איז נישט פינפוינטד געווארן אז עס האט עקזעסטירט אזא סארט זאך ווי אן השגחה, פארגעסטס נישט! דא רעדט מען פון צייטן ווען רובם ככולם האבן פארמאגט א ברונעם וואסער פארנט פון הויז, דריי טשיקנס, איין ציג, א גאנז, און א לעמעלע אין לעיבאר אלעס אין די אייגענע בעיקיארד, אין אנדערע ווערטער מ'האט זיך מער ווייניגער געמאכט שבת פארזוך, און ווער ס'האט שוין יא געהאט א ריטעיל בוטשער און פארקויפט צו לייזן א שטיקל פרנסה, די לעצטע זאך וואס ער האט געדארפט אונטער די פיס איז א דיין זאל אים פארדרייען א דאטשיק, וועגן זאלצן פלייש, און א הידור'דיגן חלף. אין פאקט איך וואלט געווען זייער שאקד אויב ערגעצוואו אין אייראפע, אדער סיי וואו אין די וועלט איז געווען אזא מושג ווי א משגיח, א בעל מכשיר, א דיין, אויף א געשעפט ביז פאר 70 יאר צוריק ווען אונזערע זיידעס זענען געקומען אויף אמעריקע.
נאך א ראיה:
ס'איז געווען די טורי זהב, ער איז געווען אין א שטאט, און געלעבט ווי א צדיק נסתר, ער האט זיך געבעטן צו ארבעטן אין א יאטקע און ער האט זיך גענומען פסק'נען שאלות אן קיין שום רשות פונעם שטאטס רב, באקאנטע מעשה מ'האט אים געלייגט אין חרם, און ווער ס'האט אים דורכגעוואקט האט געמוזט שפייען אויף אים פאר די "חוצפה" פון פסק'ענען שאלות, די מיידל איז אריין צום רב מיט א טשיקן, און אויפן וועג ארויס האט דער ט"ז געזאגט צום מיידל זי זאל צוריקגיין זאגן פארן רב נאכצוקוקן, אין דער ט"ז און טאקע געטראפן אז ס'איז כשר, פארקערט ווי דער רב האט געפסקנט, א קיצור ס'קען זיין אז יענע שטאט איז געווען אנדערע מנהגים צו וואס, די מארעל אף די סטארי איז, פארצייטנס ווען א מענטש האט געהאט א פראבלעם מיט א שטיקל פלייש איז דער רב אריינגעקומען אין די פיקטשער, אין די יאטקעס פארשטיי איך איז די איינציגסטע כלי קודש געווען א מנקר, דאס איז וואס די ט"ז איז געווען, זעהט אויס די מנקר האט נאר געדארפט איבערקוקן דעם עוף, אדער דער חלף איך בין נישט זיכער אין דעם פרט, און אויב עפעס האט זיך געמאכט האט ער עס געשיקט צום רב פאר א תשובה, אבער קיין אפיציעלן "השגחה" וואס זאל שטיין בכל פרט ופרט, אפמאכן יא ניין, ווער ס'איז באגלייבט און ווער נישט, וויאזוי דער קצב דארף שעכטן וכהנה, איז זעכער נישט געווען.