וואס איז פשט

19 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1332
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ה' דצמבר 08, 2016 6:19 pm#1
Re: וואס איז פשט
משפיע חסידי כתב:איך בין זיך נוהג צו מחבק זיין מיין ווייב אין פראנט פון די קינדער כדי זיי זאלן זעהן אז דאס איז נישט א גוישע זאך..איך וואלט איר געקושט בפניהם אויב מיין וויב וואלט מסכים געווען..

איך האב געהאט א היימישע שכן וואס פלעגט אסאך אוועקפארן פאר ביזנעס, ווען ער פלעגט פארן/צוריקקומען פלעגט ער קישען זיין וויב אין פראנט פון די קינדער אן קיין פראבלעם. זיין ווייב האט געזאגט מיין ווייב עס איז גארנישט מער ווי ליבשאפט אזוי ווי ער האט ליב די קינדער. שפעטער האבן זיי זיך גע'גט 10 יאר נאך די חתונה... גיי פארשטיי
ה' דצמבר 08, 2016 6:53 pm#2
Re: וואס איז פשט
זאבי כתב:

וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם?

דאס איז א קשיא, תירוץ, ראי', פירכא,.........?
ה' דצמבר 08, 2016 7:31 pm#3
Re: וואס איז פשט
נייגעריגער כתב:
נאכנישט כתב:אדער ווייל במציאות קענען זיי דאס נישט פארנעמען צו האבן א דעה זיי מוזן סייוויזוי צוקומען צום מאנספערזאן?
סאיז דא פרויען וואס זאגן א דעה און פרעגן נישט איבער צען מאל זיכער מאכן אז זיי זענען גערעכט??

אך ווייס נישט צו דו ביסט טאקע אזוי אומוויסנד אדער דו מאכטסטעך נאר.
וואספארא פראגע אידאס? זיכער האבן פרויען א דעה. מ'געט זיי נאר נישט די געלעהגנהייט עס צו זאהגן און זיי זענען צוגעוואוינט פון קינדווייז אהן צו מוזן פאלגן, מילא טרויען זיי זעך נישט עפ"י רוב צו מאכן החלטות. אבער נישט וואל זיי האבן נישט קיין אייגענע מיינונג.

און די סיבה פארוואס זיי האבן נישט קיין שטימע, איז נישט משנה - די מציאות איז אז זיי האבן נישט.

און בד"א, די רעאקציע צו מיינע ווערטער איז די שטערקסטע ראיה אז פרויען וועהרן - עכ"פ דורך אסאך מענער - נישט באטראכט ווי גלייכע אדער זעלבסטשטענדיגע מענטשן. אונדזער קולטור לעהרנט אונדז אויס זיי צו באטראכטן ווי א סעקס-אביעקט; טא ווי קען מען זעך אפי' אייסערן אז זיי זענען נישט צווייטע קלאס?

לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי סענט

מ'קען נישט אויסמישן די צוויי זאכן אינאיינעם, פון נישט האבן א מיינונג ביז ווערן א סעקס אביעקט איז פאלג מיר א גאנג, דאס איז קלאר, אז לויט די מהלך פון די תורה האט א פרוי גאנץ א קנאפע מיינונג, די מעלה וואס די תורה דרוקט זיך אויס אויף א ערליכע פרוי איז אז זי איר עושה רצון בעלה, אין פאקט די תורה אנערקענט דאס פאר אזא וויכטיגע פאקט, אז לכבוד דעם איז זי פטור פון מצוות וואס מענער זענען מחויב צוליב דעם טעם אז זיי זענען נישט בעל הבית אויף זייערע עקשאנס, זיי דארפן צוהערן צו זייער מאן, און אים פאלגן, דערצו קומט צו נאך א חלק, די פרוי איז באטראכט געווארן אין די דעמאלטסדיגע קולטור ווי א חלק פון די שטוב, איר אויפגאבע איז געווען צו פירן די שטוב און ערציען די קינדער (אלס א הילף פאר די מאן) נישט ווי א שותפות פון צוויי מענטשן, נאר ענדערש ווי א חלק פון דעם מאנ'ס נכסים, נאר וואס דען, אין פארגלייך צו אנדערע פעלקער וואס האבן בעל בעטעוועט אויף זייערע פרויען און אביוזט, האט די תורה געגעבן פליכטן פאר די מאן וואס ער איז מחיוב פאר די פרוי, ווי שפייז, קליידונג, און סעקס, אבער חוץ פון דעם באלאנגט זי געהעריג צו איר מאן, ער קען איר אפגעטן בעל כרחה, און זי קען נישט פארלאנגען א גט, ער מעג האבן צוויי ווייבער, זי קען נישט האבן צוויי מענער, איר געלט באלאנגט פאר איר, ווען איינער שעדיגט איר דארף מען באצהלן פאר די מאן, וכו'

יעצט למעשה, אין היינטיגן יאר הונדערט, איז אסאך שוואכער די הינזיכט פון בעל'הבית'ווען אויף די פרוי, די וועלט איז אנדערש, און מיט דעם איז די אידישע וועלט אויף אנדערש, אבער למעשה, וויבאלד פרויען זענען למעשה נישט מחויב מיט א גרויס חלק פון די מצוות, און בעיקר זענען זיי פטור פון לימוד התורה, און מיט דעם קומט מיט אז זיי קענען נישט פסק'נען קיין הלכות, קומט אויס אז יעדע הלכה'דיגע אנפראגע געהערט צו די מענערישע דעפארטמענט, אויטאמאטיש, וויבאלד זיי קענען זיך נישט אליינס פסק'נען קיין שאלות, בלייבן זיי סעקאנד קלאס....

דאס איז אבער נאר לגבי סעקאנד קלעס, אבער צו זאגן אז זיי זענען א סעקס אביעקט, דאס איז אבסורד
ה' דצמבר 08, 2016 8:14 pm#4
Re: וואס איז פשט
טויגליך כתב:
זאבי כתב:
משפיע חסידי כתב:איך בין זיך נוהג צו מחבק זיין מיין ווייב אין פראנט פון די קינדער כדי זיי זאלן זעהן אז דאס איז נישט א גוישע זאך..איך וואלט איר געקושט בפניהם אויב מיין וויב וואלט מסכים געווען..

איך האב געהאט א היימישע שכן וואס פלעגט אסאך אוועקפארן פאר ביזנעס, ווען ער פלעגט פארן/צוריקקומען פלעגט ער קישען זיין וויב אין פראנט פון די קינדער אן קיין פראבלעם. זיין ווייב האט געזאגט מיין ווייב עס איז גארנישט מער ווי ליבשאפט אזוי ווי ער האט ליב די קינדער. שפעטער האבן זיי זיך גע'גט 10 יאר נאך די חתונה... גיי פארשטיי

וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם?

דאס איז א קשיא, תירוץ, ראי', פירכא,.........?

סתם אינטערעסאנט, פון אויסערליך אזא גוטע שלום בית ביז זיך גט'ן. דא איך בין געוועהן דזשעלעס אויף זייער שלום בית, ס'איז געוועהן אזוי steamy' און דא גט'ן זיי זיך. און נישט געזארגט, די פראבלעם איז נישט געוועהן צוליב פרומקייט, זיי זענען נאך ביידע היינט ווערט זייער געלט...
ו' דצמבר 09, 2016 4:15 am#5
Re: וואס איז פשט
יא יא די פראבלעם איז ווייזט אויס געווען אז זיי זענען ווערט יעדער א אנדערע סארט מטבע איינער דאלער און איינער פונט
א' דצמבר 11, 2016 6:56 pm#9
Re: וואס איז פשט
טראכט און לאכט כתב:דער תירוץ באנעמט איין ווארט.

'צניעות'.

זיי מיך מוחל איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט זאגן, עס איז א שטראף פאר זיין נישט צניעות?!
give me a break...
א' דצמבר 11, 2016 9:54 pm#10
Re: וואס איז פשט
כ'קים נישט זאגן א דעה צו איז עס ריכטיג/גיט צו ניין.

יעך פראביר צו קומען מיט א פארשטאנד צו די זאך פון וואס מ'רעדט דא.

פון וי קומט די צוריק געהאלטענקייט איבער די פרהסיא פון די אישות'דיגע עניינים.
ב' דצמבר 12, 2016 2:40 pm#11
Re: וואס איז פשט
די צוריקגעהאלטענקייט קומט פון די קריסטליכע אייראפע ווי אונזער זיידעס זענען ערצויגן געווארן די לעצטע עטליכע און הונדערט יאר, די קריסטן האבן געמאכט א גאנצע באהעלטעניש פון סעקס און סעקסואלע באנעמונגען, ס'האט קיין שייכות מיט אידישקייט אדער צניעות, און דרך אגב, האג'ן און קושן האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט סעקס, ס'איז בלויז א נארמאלע פירונג פון נאנשאפט און משפחה'דיגע ליבשאפט, אונזערע אונגארישע רומענישע זיידעס פלעגן זיך קושן מיט ברודערס און שוועסטערס אין פובליק!
ב' דצמבר 12, 2016 5:53 pm#12
Re: וואס איז פשט
די גאנצע ענין איז לכאורה נאר א חסידישע זאך כדי נישט ארינצוגעבן פייגעלעך פאר די קינדער אין קאפ. צווישן עדאלטס דארף א פלעינע האג אדער קיש נישט זיין קיין שום עוולה.
ג' דצמבר 13, 2016 11:20 pm#13
Re: וואס איז פשט
וואס האט דאס פונטקליך מיט אריינגעבן פייגעלעך אין קאפ?!?

זיך קריגן פארנט פון די קינדער מעג מען יא?
ה' דצמבר 22, 2016 3:53 am#14
Re: וואס איז פשט
ניין מטאר נישט - אבער דער ענין פון ליבע טארען די קינדער נישט זעהן צו פרי
ה' דצמבר 22, 2016 4:33 am#16
Re: וואס איז פשט
מיעדער כתב:פארוואס? טאטי טאר נישט ליעב האבן מאמי אזויווי ער האט ליעב אלע קינדער?

הייסט דו האלטסט אז סאיז די זעלבע מין ליעבשאפט פון א טאטע צו קינדער און מאן און ווייב ?
ו' דצמבר 23, 2016 12:17 am#19
Re: וואס איז פשט
זייער נארמאל, זיי וועלן עס אויך טון מיט זייערע ווייבער.

וויאזוי קוקסטו אן דיין טאטען יעצט ווען דו ווייסט וואס ער טוט אין בעט?