הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????

ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 24 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1370
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ה' ספטמבר 15, 2016 6:50 pm#1
ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
פארציילט מיין אידענע זי איז געגאנגען אפטראגן מיין קליינע אין UTA ברכה סימא די וואך די ערשטע טאג שולע, איז ביים טיר געשטאנען צוויי שווארצע גוים און גענומען איינטריט קארטלעך, ווער עס האט נישט געהאט איז געשיקט געווארן לינקס אינדרויסן אין נישט אריינגעלאזט געווארן. זעט זי א היפשע גרופע קליינע קינדער פון ערשטע ביז פערטע פיפטע קלאס צו וואס שטייען אינדרויסן און אלע האבן געוויינט דערשראקן! ניטאמאל קיין אידישער איינגעשטעלטער איז דארט געווען צו עפעס קעיר נעמען אדער בארואיגן די קליינע וואס זענען געקומען עקסייטעט דעם ערשטן טאג און ווערן נישט אריינגעלאזט דורך גוים אן פארשטיין פארוואס. מיין אידענע זעט איין מיידעלע האט ממש געוויינט היסטעריש ס'איז געווען א רחמנות, האט פרובירט פרעגן איר נאמען, ענדליך נאכן זוכן אין בריף קעיס געטראפן א נומבער געקאלט זאגט די מאמע איך בין א קימפעטארן דאס קינד איז ביי א מומע מיין מאן איז ביים ארבעט איך בעט אייך העלפט דאס קליין קינד.

יא דער רבי פארט אויף פריוואטע פליגער מיט רובי שרון צו שאפן מיליאנען פאר פראנצויזישע קינדער אין חינוך עצמאי, אבער קינדער פון אייגענע אחינו בשרינו ווערן נישט אריינגעלאזט אין שולע מיט אכזריות דורך שווארצע גוים, בלויז פארן חטא אז זיי זענען פון ארימע שטובער.

ורוח הקודש אומרת על אלה אני בוכיה.
:o :o
מאת "יוחנן הסנדלר" מ'קאווע שטיבל
ה' ספטמבר 15, 2016 6:59 pm#3
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
לאמיר פארשטיין אויב קען אפי זיין א גרעסער רציחה ווען א מיידעל פון דריטע קלאס קימט מיט א שמייכעל פון אויער צי אויער מען גייט די ערשטע טאג אין סקול. אין מען לאזסט נישט יעדעם אריין. איך רעד נישט פון די מיידעל וואס שטייט נעבעך אינדרויסען אין וויינט. איך רעד פון די מיידל וואס איז אין קלאס אין פארשטייט אז מען לאזסט נישט אריין יענעם וועגן די טאטע האט נישט קיין געלט. וואס ווייזסטע איר איין זאך געלט איז אלעס אויב האסטע געלט קענסטע אנקימען ווי די ווילסט. האסטע נישט קיין געלט ביסטע ווייניגער ווי א גארביטש קען.

יעצט די קינד וואס וויינט די שגץ וואס איז זי שילדיג אז איר טאטע האט נישט קיין געלט?!?!?!?!
וען איז געווען די לעצטע מאל וואס א מענטש האט באקימען א הנחה אויף שכר לימוד?!?!?!?????
פארדעם האט די רבי אויף געשטעלט מסדות אז אפאר רוצחים זאל רודפן אין פאניגען כלל ישראל.

ווען די מלחמה קעגן טעכנאלאגיע זאל זיי האלב אינטערעסירן אזוי ווי זייער רעגיסטראציע געלט.
חיות, מטורפים.
שכר לימוד געהעכערט.
זיצן געהעכערט.
מצות ווערט געהעכערט יעדע יאר.
אבער געדענקט די "געטרייע" מסירות נפש'דיגע, בלא בלא בלא קומט אלע "קריטיש" שטימען פאר סייוויל קאורט ריכטער און דיסטריקט לידער ווייל זיי קענען העלפן ווען קווינס ישיבה ווערט פאשפארט.....
נישטא ווער ס'זאל לאכן.
ה' ספטמבר 15, 2016 6:59 pm#4
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
טויגליך כתב:וואס האט די מעשה מיט די קעפל?!?!?!? :evil: :?: :evil: :?: :evil: :?: :evil: :?: :evil:

ווי נעמאל קען א קינד אויף וואקסען אז זי ווייסט אז זי איז גארנישט ווערד
ה' ספטמבר 15, 2016 7:01 pm#5
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
אויסדרוקליכע רשעות שאין כדוגמתה!!!
און דאס איז נאך סאטמאר וואס איז אלעמאל געשטאנען העכער אלע אנדערע.
ה' ספטמבר 15, 2016 7:04 pm#6
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
דאס האט מיטן רבי'ן קיין שייכות נישט. איך בין אויך א מוסד איינגעשטעלטער. (נישט סאטמאר, נישט וויליאמסבורג, נישט אינעם משמרת. בלויז אפיס ארבעט...). אלעס אין א מוסד איז פריוואטע ביזנעס. קיין איין מוסד האט די רבי נישט קיין ווארט. איך האב עס שוין דיסקוסירט מיט הויכראנקיגע אנגעשטעלטע אין עטליכע מוסדות.
די רבי איז בלויז דא צו שאפן געלט. צו קענען טון שענער שדוכים האבנדיג א מוסד אונטער זיך. און דאס אלעס. א רבי קען נישט אריינרעדן.
ה' ספטמבר 15, 2016 7:04 pm#7
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
און דאס איז דער פראבלעם פונעם דור. נישט די רבנים פירן אונז נאר נחום ראזענבערג, קאווע שטיבל, און ביזנעס לייט. ודו"ק.
ו' ספטמבר 16, 2016 4:32 am#9
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
ווען מיר וועלן האבן גענוג שכל דאס צו פארלאנגען! ווילאנג מיר וועלן זיך לאזן פון די כלל פירער וועט עס האבן אזא פנים און נאך ערגער.
ו' ספטמבר 16, 2016 4:27 pm#10
Re: ווי משוגע גייען אינזער קינדער זיין???????
אזוי כתב:ווען מיר וועלן האבן גענוג שכל דאס צו פארלאנגען! ווילאנג מיר וועלן זיך לאזן פון די כלל פירער וועט עס האבן אזא פנים און נאך ערגער.

Jewish Telegram:
א גוטן לעכטיגן זיסן שבת 'נייער' כלל ישראל!

איך שרייב דא צו מיינע חברים ר' אהרן בנציון ווידער שליט"א דוד שווארץ און פרוי פרייער וואס טייל פון זיי זענען מעמבערס דא און טייל גייען דאס באקומען אויף זייערע גרופס אין אפאר מינוט דורך א סיפי פון דא אהין.

איך וויל נישט אריינגיין אין קיין אריכת הדברים איינס סאיז דאך ערב שבת און בעיקר איר זענט דאך עלוי לגדולה האט איר דאך נישט קיין צייט צו רעדן מיט מיר אבער כלל ישראל האט זיך געטוישט די וואך דורך אייך.

קיינמאל בעפאר האבן אונזערע עסקנים ועסקנית נישט אפגעהאלטן אזא מאסיווער שטימע אויפן דעמאקרטישן אופן, א בעלזער האט באקומען טויזענט שטימען פון סאטמאר. אן ארוני האט באקומען טויזענטשע שטימן פון זאליס. א ישיבהשער פרוי האט באקומען טויזענטע שטימן פון חסידים. דאס הייסט אז איר זענט טאקע א שליח אין אייער שתדלנות פאר מיר.

מיר לעבן אין א נייער וועלט ווי די פאר גבר אלים לעלו פירער קענען מער נישט זאגן דעת תורה האט געהייסן אזוי צו אזוי ווייל מרדכי אביגדור האט געהאט די דעת תורה אומערוועלטע עסקנים'ס אינדארסמענטס און ער האט פארלוירן מיאוס סאמע דריטער.

היינט איז יעדער יואלי א הונדערט מיליאן דאלערדיגער ריעל עסעיט פליפער און א זכרו דרשו יסודי טורא פאר זיך אליינס. מ'קען אונז נישט פירן ווי די שאפ צו די שחיטה מער.

אזש אז דער מנהיג הדור משה גבאי מיז שוין עפענען א טאג צייטונג און שמועל ווידער שעמט זיך שוין נישט עמטליך אויפטאן ער אוינט די שמוציגע אינטערנעט איי.וועלט ק"ש סייטס אפדעידעט יעדער סעקונדע.

א דוגמה ווי סאיז מער נישט קיין מלך בישראל נאר א גוטער איד קען זיין א רבי לעצה ותושי' און פאנדרעיזן פאר צדקה פאר אונז האט זיך נעכטן אפגעשפילט אפאר סאטמערע חברהלייט האבן געזאגט פאר זאלי גיי קיש מיך און געשיקט זייערע מיידלעך אן קיין שכר לימוד קיין בית רחל אין ברכה סימא אויף קיעפ און אפאר שעה דערויף האט שוין זאלי צוזאמגעשטעלט זייער שכר לימוד פון זיינע ריעל עסטעיט פליפערס.

איך דאנק זיך פאר ענק היימישע פאליטישענס - מיינע חברים נאך בעפאר איר האט געווינען - וואס האבן זיך נישט געשעמט אדער מורא געהאט פון די אומערוועלטע לידערס און זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר'ן פובליק אפען פאר א קאנטעסט איבער זייער שם טוב און געלאפן און געוואנען דעם סופפארט פונעם ציבור.

דאס איז אן היסטארישער קידוש ה' שמים. אבער אויך א גרויסער אחריות ווייל מיר חסידים קוקן אלע אויס אייניג פאר'ן גוי! זיי דערקענען נישט א חילוק צווישן מיר און דיר אלזא איז דאס מיין געווינס אבער אויך מיין פארלוסט אויב עפעס גייט ראנג.

א יישר כוח און א גוט שבת!