הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל

ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1408
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ה' נובמבר 03, 2016 8:33 pm#1
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
עס איז דא א אינטערסאנטע נקודה ארויסצוברענגען דא.

בעצם וואס וואלט צוריקגעהאלטען דעם דרייוער צו טוהן די זעלבע שפיל נאך פאר ער האט דיך בכלל פרובירט משכנע זיין צו פארן קיין תל אביב.
א יעדע דרייווער קען דאס טוהן, פשוט זיך צו אפשטעלען אין גאולה אדער אנדערע פארנומענע געגענטער און דיך אראפלאזען און זיך נעמען שרייען אז די האסט געוואלט טוהן די אלע מצוות ומעשים טובים מיט די אראבקע אדער מיט די יונגע בחור.

דא איז דאך לכאורה געוועהן די זעלבע זאך אז די דרייווער האט געשריגען זאכן וואס דו האסט קיינמאל אפילו נישט געהאט א נסיון צו טוהן.

סאו וואס איז פשט???

די תירוץ איז לכאורה פשוט אז די דרייווער גייט מיט די שיטה פון "אויפן גנב ברענט דאס היטל"
ער זעהט און ווייסט ווי פארלוירען און אנגעצויגען דו ביסט געוועהן אז דאס איז כמעט געשעהן (אפשר האט ער אויך געזעהן די ביס אין די ספר).
פארשטייט ער אז דו וועסט מורא האבן און נישט האבן די קאראזש צו אפילו פרובירן צו לייקענען די מעשיות וואס ער וועט פארציילען אויף דיר.
משא"כ ווען עס האט זיך קיינמאל אפילו נישט אנגעהויבען אזא מעשה וואלט ער נישט אזוי שנעל סתם אויפגעמאכט א מעשה ווייל ער ווייסט אז דו וועסט עם אנקוקען ווי פון די לבנה אראפ.

היוצא לנו מזה: אויב מאכט זיך יא ל"ע אזא מעשה דארף מען זיך האלטען שטארק מיט א זעלבסט זיכערקייט און אנקוקען יענעם וואו פון די לבנה אראפ און דאס וועט האפענטלעך ארויס נעמען פון יענעם די אפעטיט פון דאס טוהן ווייל ער וועט זיך פילן ווי א נער.

בכל אופן כל הכבוד פאר הרב "חבר אני" פארן ביישטיין די נסיון און פארן דאס מיט טיילן מיט אונז.
א' נובמבר 06, 2016 4:18 pm#2
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
יו"ט ערליך - ניגון יאקאב - כתב:.....און שיין דער פארנאכט די זון פאר די בערג זי פארגייט
ער זיצט און ער ווארט און וידוי ער זאגט שטילערהייט
עס שטייען די בערג מיט די ווייסע קעפ
און עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ
עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק
און זאגן נישטא דא קיין וועג.......

....נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג
בעסער דא צושמעטערט ווערן און פון תורה נישט אוועק
נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד
אז ער גייט נאר אין ג-ט'ס וועגן גייט ג-ט מיט אים און ער היט


"חבר" חזק
ב' נובמבר 07, 2016 11:23 pm#3
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
יענטא כתב: היוצא לנו מזה: אויב מאכט זיך יא ל"ע אזא מעשה דארף מען זיך האלטען שטארק מיט א זעלבסט זיכערקייט און אנקוקען יענעם וואו פון די לבנה אראפ און דאס וועט האפענטלעך ארויס נעמען פון יענעם די אפעטיט פון דאס טוהן ווייל ער וועט זיך פילן ווי א נער

נישט ריכטיג!

אויב עס שמעקט שוין, איז זייער שוער זיך צו פארענטפערן... אויב א האלבע מעשה איז אמת איז דער שייגעץ ידו על העליונה, וואס העסטע ענטפערן? לייקענען איז א ריסק, ווייל אז מען כאפט דיר ביי א ליגנט ביסטו א פארטיגער.. וואס דען, העסטע זאגן, איך בין געפארן א האלבע וועג געצווינגענערהייט?

די קלוגסטע איז אפצופוצן, אזוי ווי ער האט געטאהן..
ג' נובמבר 08, 2016 12:29 am#5
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
שטיות, ער האט גארנישט געזאגט, דער זכר האט אים געטראגן אהן רשות, ער האט רואיג געקענט זיין א כפר הכל

נאר.... אויפן גנב'ס קאפ ברענט ס'היטעלע
ג' נובמבר 08, 2016 3:06 am#6
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
Wow wow I admire your strong nest!!!

Keep it up and we all can learn from him!!
ג' נובמבר 08, 2016 4:42 am#8
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
רבותי קריגט זיך נישט ארום.
אלו ואלו דברי אלקים חיים. (צו אזוי ווי יענקל מילער זאגט "קלי וקלי דברי אלקים חיים")

עס ווענדט זיך ווי די חמור שטייט אן.
עס ווענדט זיך וואס ווען און ווי.

עס איז זיכער טאקע דא אופנים וואס יענקל איז גערעכט אז פיץ דיך אפ און פערטיג.
אבער עס מאכט זיך אמאל וואס דו קענסט נישט אפציען פון דארט, אדער אויב מ'האט דיך שוין במילא געזעהן און אז די וועסט אנטלויפען ביסטו פשוט מודה באשמה, דעמאלס דארף מען אנשטעלן א זיכערע פנים און אנקוקען יענעם ווי פון די לבנה אראפ.
ה' נובמבר 10, 2016 11:02 pm#11
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
יענטא זארגער כתב:ראש הממשלה! וואס האסטו גיוואלט זאגן?


געוואלט זאגן די ווערטער וואס דו האסט געשריבן. ממש די ווערטער
א' נובמבר 13, 2016 5:19 am#13
Re: ווען איך האב געזינדיגט אין ארץ ישראל
משה לי, אדרבה עפען אויף א נייע אשכול און פארצייל דיין מעשה בטוב טעם ודעת