איוואנקא טראמפ

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 28 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1444
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ג' פברואר 21, 2017 7:12 pm#1
Re: איוואנקא טראמפ
מוז טאקע נישט זיין, עס מיינט אבער נישט אז זי האלט נישט טהרה, עס איז נישט קיין סתירה.
עס איז דא גאר אסאך הלכות אין הל' נדה וואס האט גארנישט מיט טומאות נדה באמת, נאר מיט טומאות זבה, און מען האט עס אנגענומען ביי נדה אויך מען זאל זיך נישט אויסמישן צווישן די צוויי, אבער טומאות זב גייט דאך שוין נישט אן היינטיגע צייטן, זענען אסאך הלכות מופרך מיסודו, און אפשר זענען זיי זיך אין די הלכות מקיל.
אזוי אויך זענען דא הלכות וואס איז געשען ווייל בנות ישראל הכשרות החמירו על עצמן, קענען זיי דארט אויך מקיל זיין.
בקיצור אונזער טהרה און זייער טהרה קען זיין גאר אנדערש, אבער טהרה קענען זיי נאך אלץ האלטן.
ד' פברואר 22, 2017 5:15 am#2
Re: איוואנקא טראמפ
מיעדער כתב:
אזוי כתב:זי היט נישט טהרת משפחה.

וואס פאלט דיר ביי אז זי היט נישט? מען קען זיך רופן ארטאדאקס אויב מען היט נישט טהרת המשפחה? אז זי רופט זיך ארטאדקס היט זי פראבעבלי שבת, טהרה, כשרות.

איך האב עס געליינט. זי באלאנגט צו א קהילה וואס מען גייט אין מקוה בלויז נאכ'ן האבן א קינד וכדו', נישט נאך יעדן וסת. נישט קיין ריכטיגער טהרת משפחה ווי פרומ'טשע לערנער לערנט אויס אונזערע כלות.
ד' פברואר 22, 2017 1:47 pm#3
Re: איוואנקא טראמפ
טויגליך כתב:
איזראעלי כתב:שבת האבן מיר אלע געזען ווי שטארק זי היט

ווער האט געזעהן?

איך האב געזעהן אז זי האט געפרעגט א שאלה פון א רב, ד.מ. אז זי היט שבת, זאג די האסט נאך קיינמאל נישט געדארפט פארן מיט א קאר שבת?, ס'איז מעשים בכל שבת אז אידן דארפן פארן מיט א קאר, ס'איז פון די גרינגע זאכן מתיר צו זיין

מען האט געזען ווי זיי מאכן פיקטשערס מיט זייער פאון
ב' פברואר 27, 2017 12:18 am#5
Re: איוואנקא טראמפ
מיעדער כתב:מוז טאקע נישט זיין, עס מיינט אבער נישט אז זי האלט נישט טהרה, עס איז נישט קיין סתירה.
עס איז דא גאר אסאך הלכות אין הל' נדה וואס האט גארנישט מיט טומאות נדה באמת, נאר מיט טומאות זבה, און מען האט עס אנגענומען ביי נדה אויך מען זאל זיך נישט אויסמישן צווישן די צוויי, אבער טומאות זב גייט דאך שוין נישט אן היינטיגע צייטן, זענען אסאך הלכות מופרך מיסודו, און אפשר זענען זיי זיך אין די הלכות מקיל.
אזוי אויך זענען דא הלכות וואס איז געשען ווייל בנות ישראל הכשרות החמירו על עצמן, קענען זיי דארט אויך מקיל זיין.
בקיצור אונזער טהרה און זייער טהרה קען זיין גאר אנדערש, אבער טהרה קענען זיי נאך אלץ האלטן.

סעז הא? עס גייט יא אן, נאר היות מ'איז מחמיר ביי נדה אלעס ווי ביי א זבה, לערנט מען עס נישט.
ב' פברואר 27, 2017 1:48 am#6
Re: איוואנקא טראמפ
קען זיין ביסט גערעכט, אבער דאס איז זיכער אז מען טוט היינט אסאך חומרות ביי נדה וואס האט מיט נדה קיין שייכות.
זבה מאכט זיך סייווי געווענליך נישט, ווייל כדאי מען זאל זיין א זבה דארף מען זעהן אין די אחד עשר ימי זיבה וואס געשעט נישט נארמאל, און דערצו דארף מען זעהן שלשה ימים רצופים עס זאל זיך אויספעלן שבעה נקיים, אנדערש איז מען א זבה קטנה וואס ברויך נישט קיין שבעה נקיים.
דאס וואס מיר ווארטן היינט אלץ שבעה נקיים איז נאר א חומרה דר' זירא, וואס אגב קען עס מאכן פראבלעמען פאר אסאך לגבי קינדער האבן.
און דאס איז חוץ די חומרות שבנות ישראל החמירו על עצמן.
ב' פברואר 27, 2017 3:23 am#7
Re: איוואנקא טראמפ
גיי איך צו נאכט כולל, צו קענען לערנען א אידיש ווארט, הער איך נישט אויף צו שמועסן דברים האסורים.
קום איך אהיים, גיי איך אריין אין פאליש, איך שפאציר אריין אין 'היכל איוואנקא טראמפ', הער איך וואס דאס מיינט א זבה...
עולם הפוך ראיתי.