הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » היסטאריע » ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?

ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?

11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

11 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 16 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1466
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ה' מרץ 02, 2017 1:34 am#1
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ווער עס האט געהערט פון אים צווישן אונז, ווייסט אז חוץ פון זיין פארזוך צו ערפינדן א קאר וואס פארט אויף וואסער אנשטאט גאזאלין האט ער דורכאויס די מלחמה יארן וועלטן איינגעלייגט צו ראטעווען אידן בנפש ובממון. נאכ'ן קריג זאגט מען אז ער האט באשולדיגט אז צוליב די ציונים האט מען נאר געקענט מציל זיין א קומץ פון וואס מ'וואלט באמת געקענט. ס'האט זיך געטוהן מיט די קאסטנער משפט וכו'. איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים אבער איך בין גאר נייגעריג צו הערן וואס אלע צדדים האבן צו פארקויפן.
ה' מרץ 02, 2017 6:41 pm#3
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
היינט ווייסט מען אז א קאר זאל פארן אויף וואסער איז נישט קיין שווערע זאך צו טוהן, די ריזען פארוואס ס'איז נאכנישט דא אזוינס איז צוליב סעיפטי פראבלעמען, (גלייב מיר, א גרויס חלק פון די אזויגערופענע סעיפטי אישו איז בול שיט, אבער שוין, לאמיר נישט רעדן....)
ה' מרץ 02, 2017 7:25 pm#4
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
מן המיצר האט ער אליין געשריבן.
איינער וואס לייקנט אז ער האט אזוי גע'טענה'ט איז מכחיש שמש בצהריים.
און ניין, איך בין נישט קיין סאטמארער.
ה' מרץ 02, 2017 10:32 pm#5
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
חיים געציל כתב:מן המיצר האט ער אליין געשריבן.
איינער וואס לייקנט אז ער האט אזוי גע'טענה'ט איז מכחיש שמש בצהריים.
און ניין, איך בין נישט קיין סאטמארער.


מכחיש שמש בצהריים? די עצם פאקט אז פון ווען ער האט געענדיגט שרייבן זיינע מעמוארן ביז ווען די ספר איז ארויס פון דרוק, האט געדויערט אפאר יאר ווען אינצווישן איז ער נפטר געווארן און הערשט דריי יאר שפעטער איז עס ארויס, ברענגט אויף גאר שווערע פראגעס איבער וויפיל איז זיין אייגנס און וויפיל זענען "פאראכטן" געווארן דורך עורכים.

אין צוגאב צו דעם זענען אינעם סספר דא בריוון,
וואס ער האט געשיקט קיין שווייץ אדער אנדערע פלעצער, וואס זענען דעם ערשטן מאל אנטדעקט געווארן ביים דרוקן מן המיצר. די מענטשן אין שווייץ האבן קיינמאל נישט באקומען די בריוון, דאס ווען די בריוון וואס זיי האבן באקומען עקזיסטירן ביז היינט אין די ארכיוון פון די ארגאניזאציעס, וועמען די מענטשן האבן רעפרעזענטירט. דאס ווען ער האט געשריבן צו אפאר מענטשן, נישט איין מענטש וועלכע קען האבן אן אינטערעס און עס פארלוירן. איבערהויפט ווען די מענטשן און שווייץ, דער פון די זשוינט און דער פון די זשואיש עיזשענסי האבן זיך בכלל נישט פארטראגן, און ניטאמאלגערעדט צווישן זיך.
הרב ווייסמאנדל האט דאס געוואוסט און וועגן דעם האט ער געשיקט עטליכע קאפיעס פון די זעלבע בריוון.

דאס מיינט איינס פון די צוויי, אדער זענען חלקים פון זיינע בריוון קיינמאל נישט אנגעקומען צו זייערעדעסטינאציעס, אדער זענען די בריוון געשריבן געווארן אפאר יאר נאכן מלחמה דורך געטרייע מענטשן.

דאס מאכט נישט די מענטשן וואס לייקענען דעם בוך, פאר מכחישי שמש בצהריים, נאר עס מאכט די מענטשן וואס נעמען אלעס וואס שטייט דארט אלס תורות לאקשן אלס עיוור המגשש באפילה.
און ווי יעדע בוך וואס שרייבט היסטאריע איז דאס פונקט אזוי בארעכטיגט צו קריטיק.
און אלס שמוע בין אחיכם ושפטתם צדק, האסטו געפסקנט נאך פאר האסט געהערט די אנדערע צד מיט נאך אסאך אנדערע מענטשן
ה' מרץ 02, 2017 11:19 pm#6
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
וואס איז די אנדערע צד? עס איז א פאקט אז ער האט פרובירט צו שאפן געלט און מען האט עם נישט געשיקט.
אדרבא מומר, וואס איז די אנדערע צד?
ו' מרץ 03, 2017 5:32 pm#7
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
כקען נישט גענוי די מעשה פון ארום, כהאב געלייענט אויסצוגן פון מן המיצר א צייט צוריק און אויך חלקים פון קריטיק ביכער, כקען זיך נישט אויס מיט די מעשה ארום און ארום.
אויב רעדט מען איבער הרב ווייסמאנדל און משמועסט אויס וואס ער איז אריבער, איז דאס א מעשה פון עטליכע חלקים מיין איך און מדארף עס לאזן פאר די פרא'ס.
כגלייב אז די מענטשן וועלכע קענען זיך אויס מיט די היסטאריע פון די צווייטע וועלט מלחמה, קענען אסאך מער פרטים ווי מיר און וועלן האבן מער צוצוגעבן ווי מיר, ווען איך קען די מעשה בלויז למחצה, לשליש ולרביע בערך.
וואס כקען צולייגן פון וואס ער שרייבט אינעם בוך, די נייטרא רב, דאס הייסט רב ווייסמאנדל'ס שווער, איז נישט געווען עפעס זייער צופרידן פון זיין איידעמס ארבעט און האט אים עטליכע מאל פארגעהאלטן דערויף, הייתכן ער גלייבט און פארלאזט זיך אויף גויים און ענליכס. כקריך נישט אריין אין די אינערליכע משפחה חלק פונדעם, נאר די עצם פאקט אז הרב אונגאר האט פארשטאנען אז מקען נישט און מטאר נישט גלייבן קיין גויים, נישט קיין חילוק אויב מרעדט פון סלאוואקן, פאלקסדייטשן אדער נאציס זעלבסט, ווי אויך קאטוילישע רעליגיעזע פירער, געט אונז אסאך אנצודייטן איבער די קריטיק וואס זענען מיט די צייט געשיקט געווארן אין די ריכטונג פון הרב ווייסמאנדל.

די אנדערע זאך וואס כהאב צוצולייגן, קען אפשר זיין א לעגענדע אבער סאיז נישט קיין סייענס פיקשן. ר' מיכאל בער האט נאכן קריג זיך געטראפן מיט ליובאוויטשע רבי די מהרייץ (די שווער פון משיח). ר' מיכאל בער האט אים דערציילט אז ער האט געהאט די אפציע צו ראטעווען אזויפיל אידן, אבער פרייע און ציונים האבן אים נישט געהאלטן ביים העלפן און דעריבער זענען אזויפיל געהרגט געווארן. האט דער ליובאוויטשער רבי אים געענטפערט, ביסט א פרומע איד? גלייבסט אז סדא א באשעפער אויפן וועלט? דו פארשטייסט אז דאס איז געווען א גזירה מן השמיים? דו וואלטסט נישט געקענט ראטעווען ווייל אזוי האט דער באשעפער געוואלט און גארנישט וואלט דיר נישט געהאלפן דאס צו פארטוישן דורך דיינע פלענער.
ו' מרץ 03, 2017 10:32 pm#8
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
צו פארשטיין דעם ציל פונעם אשכול, איז דער אשכול געציל צו באשרייבן דעם ביאגראפיע זיינער אדער זיינע פעולות אין פרובירן ראטעווען דאס פארבליבענע אידנטום אין אייראפע אין יאר 1943?
איך האב דורכגעטון די צווייטע וועלט מלחמה, ווי אויך די צד פון די אידן אין ארץ ישראל דורכאויס דעם קריג און זייערע אקטיוויטעטן מיטן העלפן דאס אייראפעאישע אידנטום, די שליחים פון די אפציעלע ארגאניזאציעס סיי מצד די ציונים אין פארשידענע נייטראלע לענדער און אויך אמעריקאנע אידישע קערפערשאפטן, וואס זענען זעלבסט געווען פארטון אין פארשידענע הילפס פרואוון. אלע פון זיי האבן געהאט שייכות אויף אייגנארטיגע וועגן מיט ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל. פאר דעם פראטאקאל מוז מען צולייגן, אז ער האט נישט געארבעט אליין, נאר מיט א פרוי מיטן נאמען גיזי פליישמאן, זיין קוזינע, און נאך עטליכע.
אויב איז דאס דיין פראגע מיסטער נחור, קום ארויס קלארער און מעגליך וועל איך קענען שטעלן דעם טאן פונעם אנדערן צד. דאס לאו דווקא אז איך האלט מיט זיי, אבער צו קענען ענפערן קלאר און דייטלעך איבער ווער איז יא גערעכט אדער נישט, מוז מען אויסהערן אלעמען און נישט אננעמען אלעס ווי זעלבסטפארשטענדלעך.
א' מרץ 05, 2017 7:50 pm#9
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
איך זע אז די מנהלים האבן אריבערגעלייגט דעם אשכול אין היסטאריע, דערפאר גלויב איך אז עס קומט דא אהער, און די ציל איז באשרייבן די היסטאריע פון די אקטיוויטעטן וואס דער האט אלס פרובירט צו טון כדי צו ראטעווען אידן.
איידער מע קען בכלל אנהייבן באשרייבן, איז וויכטיג אנצוהייבן מיט א הקדמה וואס איז קריטיש וויכטיג צו דערציילן און דער היינטיגער דור זאל וואוסן, וואס אין מיינע אויגן איז דאס דער וויכטיגסטער פונקט וואס איז קיינמאל נישט געהעריג ארויסגעברענגט געווארן ווי עס באדארף צו זיין, איך שרייב דאס נישט אלס חסיד זיינער אדער מתנגד זיינער, פשוט ארויסצוברענגען ווי א גלייכער און אנטשטענדיגער מענטש הרב ווייסמאנדעל איז געווען, און קיינער זיינס גלייכן האט קיינמאל נישט געפרובט צו ארבעטן אויפן מהלך וואס ער האט אונטערגענומען.

אין אלע לענדער וואוהין די נאציס האבן אקופירט און איינגענומען, זענען די אידן געווען צושפליטערט און צוקריגט, דאס איז איבריג צו דערציילן, אז אויף יעדע צוויי אידן זענען פארהאנדען אמווייניגסטענס דריי דעות. אין פוילן זענען די אידן געווען צעריסן אויף שטיקער, ווען פון די אריבער דריי מיליאן אידן, זענען א דריטל געווען ציוניסטן און געהערט צו פארשידענע פראקציעס אינערהאלב ציוניזם. א דריטל בונדיסטישע סאציאליסטן אדער גאר קאמוניסטן אוון אנדערע לינקע פארטייען. נאך א דריטל האבן געהערט צו חרדישע אדער רעליגיעזע קהילות, רבנים אדער רבי'ס. זעלבסטפארשטענדליך אז קיין איינער האט נישט עקסטער געגליכן דער צווייטער, קריגערייען און מחלוקת איז געווען דער נארמע.
אין אונגארן איז נישט געווען בעסער, אויב עפעס נאר ערגער, די קהילות זענען געווען צובראכן אויף פיצלעך, דאס נאך א געדריטעלטע צעטיילונג 70 יאר פארן נאצי אריינקום.
כמעט אין אלע לענדער האבן די אידן זיך נישט געקענט אייניגן איבער א צענטראלע פירערשאפט וועלכע זאל קענען אלס פארשטייער פון אידישן געמיינדע אין יענע לאנד.

די סיטואציע איז נישט געווען בעסער אין די נייטראלע לענדער אדער אליאירטע, דורכאויס די גאנצע קריג איז קיינער קיינמאל נישט ארויס טראכטן אינדרויסן פון זיין גרופע, דאס מיינט אזוי, דער ציוניסט אין ארץ ישראל האט בעיקר געטראכט פון זיין חבר דעם ציוניסט וואס האט געזאלט קומען זיין א קיבוץ מיטגליד, און היות ער האט נישט געקענט קיין אנדערע מענטשן, האט ער זיך נישט געקימערט איבער וואס דער בונדיסט אדער חסיד אין פוילן גייט אריבער, וויבאלד זיי זענען זיינע פאליטישע פיינט. די זעלביגע איז מיטן בונדיסט אדער סאציאליסט אין לאוער איסט סייד, אים אינטערסירט בעיקר דעם מצב פון זיינע חברים אין ווארשע אדער לאדזש, אבער דעם ציוניסט אינטערסירט אים ווי די פאריעריגע שניי. און די זעלבע איז שייך מיט חרדים, סיי ליטווישע, סיי חסידים און אשכנזים פון צענטראל אייראפע.
כלפי מה דברים אמורים, דורכאויס די מלחמה האט דער אידישער אגענטור אויגעשטעלט א משלחת אין טערקיי, דארט זענען אנגעקומען א שורה פון אידן פון ארץ ישראל, זייער ראלע אין ראטעווען אידן איז געווען גאנץ א קליינע, סע מערהייט פון זיי זענען געזיצן במשך די פאר יאר פונעם קריג מיט פארלייגטע הענט. די משלחת איז אנטשטאנען אלס רעפרעזענטאטן פון דאס אידישע יישוב אין ארץ ישראל, דאס מיינט אגודה און מזרחי האבן געהאט דארט זייערע מענטשן, די רעכטע ציוניסטן און די לינקע מיט אלע זייערע פארטייען. יעדער האט דארט געהאט א פארטרעטער, די מענטשן דארט אין אייסטאנבול, טערקיי, האבן זיך ארומגעשלאגן די גאנצע צייט און זענען געווען פאליטישע פיינט, קוים האבן זיי באוויזן צו ארבעטן. מעגליך אז אויב וואלטן זיי געארבעט אינאיינעם וואלטן זיי פיל מער באוויזן אויפצוטון. בלויז צוויי פון די גאנצע גרופע האבן באוויזן צו דערגרייכן עפעס מער און געווען פיל מער אקטיוו, די צוויי האבן געהערט צו צוויי לינקע ציוניסטישע פארטייען, אלע אנדערע וואס זענען געשיקט געווארן האבן גאנץ ווייניג געטון אויב בכלל.

די איינציגסטע לאנד אין די וועלט, וואו אידן פון אלע זייטן האבן באוויזן זיך צו פאראייניגן אונטער איין פירערשאפט, איז געווען אין סלאוואקיי. הרב ווייסמאנדעל האט נישט געארבעט אליין, זיין קוזינע גיזי פליישמאן וועלכע איז נישט געווען זייער פרום, און האט געדינט אלס פארשטייערין פון די זשוינט און פון ויצ"ו (די פרויען אקזילערי פון אלוועלטליכע ציוניסטישע באוועגונג), אין צוגאב זענען אין די גרופע געווען נאך עטליכע ווייניגער באקאנטע, ווי א נעאלאגישע רב און נאך א דאקטער מיט אנדערע נעמען וואס זייער ראלע איז געווען מינדערוויכטיג. די פאקט אז די גרופע האט באוויזן זיך צו פאראייניגן -נעמליך, אן ארטאדאקסישע רב, א פארברענטע ציוניסטקע, און א נעאלאגישע ראביי. דאס הגם די דריי גרופעס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט דאס זיכער נישט פאסירט. זאגט אסאך איבער הרב ווייסמאנדל און זיין ארבעטער גרופע.
ב' מרץ 06, 2017 5:35 pm#10
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
אין המשך צו דאס וואס איך האב ארויפגעלייגט נעכטן, איז וויכטיג אנצוצייגן אן אינטערסאנטע זאך, וועלכע האט זיך אנגעזען אין א גרויסע חלק פון די לענדער און שטעט וואוהין די נאציס זענען אנגעקומען.
זעלבסטפארשטענדליך, עס זענען פארהאנדען יוצאים מן הכלל, ווי אין סלאקוואקיי צום ביישפיל. אבער אין פוילן זיכער, זענען רוב מענטשן וואס זענען געשטעלט געווארן אלס פארשטייער פון די אידן, הויפטזעכליך געטא עלטעסטע און אזוי אויך אין יודנראט, זענען אין א גרויסע חלק פון די פעלער געווען ציונים אדער אזעלכע וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט מיט די אידעאלאגיע. אין פוילן, ווי דערמאנט, זענען געווען דריי פראקציעס אינערהאלב די אידישע געמיינדע. די בונד, חרדים און ציונים, עס איז געווען נאך סארטן אידן, ווי אסימילאטארן אדער אזעלכע וואס האבן גארנישט געהאט מיט די אידישע קהילה איידער דעם קריג. מיר וועלן נישט אריינקריכן אינעם נושא צו יודנעלטעסטע אדער די יודנראט האט געהאלפן אידן צי פארקערט, מיר קענען נישט דן זיין. די מציאות איז אז רוב פון זיי זענען געקומען פון די ציוניסטישע לאגער און נישט פון בונד אדער פון די חרדישע קהילות, ספעציעל אין די גרויסע שטעט.
אויבנאויף, איז דער בונד זייענדיג סאציאליסטן אדער מארקסיסטן, וואס האבן אויך געזען זייער צוקונפט אין פוילן ווי גלייכבארעכטיגטע בירגער, האבן נאטורליך נישט געקענט פארהאנדלען מיט די נאציס, זיך קעגנשטעלנדיג זייער אנוועזנהייט הן מצד זייער כלומרשטע פוילישע לאיאליטעט והן מצד געהערנדיג אלס א פיליאלע צום פוילישן לינקע ארבעטער פארטיי וועלכע האט פארטרעטן דעם שטימע פון די אידישע ארבעטער מאסן. איז טאקע קוים געווען פעלער וואו בונדיסטן זענען אנגעקומען צו אזעלכע פאזיציעס.
חרדים האבן געוויס געהאט אנדערע כוונות, אדער האבן זיי נישט געהאלטן דערביי, קיין קלארע ענפער ווייס איך נישט און איך וועל מיך פרייען אויב קען איינער דא געבן א קלארע און פארשטענדליכע הסבר פארוואס.
אלנפאלס, אין לאדזש, א חלק פון די געטא עלטעסטע אין קראקע, קאוונע, איינער פון די געטא עלטעסטע אין טערעזינשטאט, און נאך אסאך אנדערע גרויסע געטאס זענען ציונים געווען די וועלכע זענען געשטאנען בראש פון די אידישע קהילה, אין די אנדערע איז עס געווענליך געווען אדער לאקאלע עסקנים ווי אין קראקע, אדער אסימילאטארן און ענליכעס ווי אין ווארשע און ווילנא. מיר גייען נישט מעיין זיין על טיבם, געווען אזעלכע וועלכע האבן געהאלפן די אנדערע און געווען אנדערע וואס האבן קאלאבארירט.
אונגארן איז נישט געווען מיט צופיל אנדערש, די עסקנים וועלכע האבן געראטעוועט אדער פרובירט דאס צו טון, זענען אויך געווען פון די ציוניסטישע באוועגונג, משה קרויס, וועלכע איז געווען א פרומע ציוניסט און פארזיצער פון די ארץ ישראל ביורא מטעם די אידישע אגענטור אין אונגארן, און רודאלף קאסטענר מיט יואל בראנד וועלכע האבן אנגעהערט צו די לינקע ציוניסטישע פארטייען. (קרויס מיט קאסטנער און זייערע באציאונגען איז א פרשה פאר זיך, און זיי האבן נישט געארבעט צוזאמען).
דאס הגם ציוניזם אין אונגארן איז קיינמאל נישט געווען שטארק, און אויבנאויף איז אומפארשטענדליך פארוואס זיי זענען געשטאנען בראש פון די אידישע געמיינדעס אין אונגארן, ווען סיי די ארטאדאקסן און סיי די נעאלאגן זענען פיל גרעסער געווען אין כמות און אין איכות.

די איינציגסטע פלאץ וואס עס איז שטארק באוואסט וואו חרדים זענען אקטיוו געווען פארמישט אין די קהילה עניינים און פירערשאפט, איז אין סלאוואקיי. וואס דארט גענוי ווי אין אונגארן זענען צופיל ציונים נישט געווען און נעאלאגן זענען אויך נישט געווען קיין סאך. דאס פאר זיך איז אינטערסאנט, און ווער עס קען געבן א לאגישע הסבר אויף די סיבה פארוואס חרדים אינערהאלב די נאצי איינגענומענע געביטן זענען נישט געשטאנען בראש פון די אידישע קהילות, ספעציעל די גרויסע, עליו תבוא הברכה.
יעצט מיט די הקדמה קען מען מעיין זיין אין די פרשה זעלבסט, און צעלייגן די מעשה אויפן טיש.
ב' מרץ 06, 2017 9:57 pm#11
Re: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס זאגן די נישט סאטמערע?
ממש א מציאה דיינע ברייטע און טיפע היסטארישע ידיעות, שרייב ווייטער, מיר טרונקן מיט דארשט.
בפשטות איז רגיל בפי החרדים אז דאס איז טאקע די רשעות פון די ציונים און די פרייע אז זיי האבן זיך אריינגעריקט און ארויסגעשטויסן די פרומע אפילו אין די פלעצער ווי חרדים זענען געווען די מערהייט.