אביחי כתב:ווען האט מען געמעגט גיין מיט דזשינס אין סאטמאר? סתם גיהאקט א טשייניק
ווי אלט איז בכלל דזשינס פאר קינדער? אמאל זענען גויאישע קינדער אויך געגאנגען אזוי ווי די היינטיגע בא'חנ'טע אידישע קינדערלעך, אזוי ווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך, סטיילסט טוישן זיך מיט די יאר, נאר וואדען, די אידן פרובירן אלס צו גיין אביסל שטייטער, און די חסידים גייען מיט מיט די סטייל נאך אביסל שטייטער, און די חאניאקעס נאך שטייטער, אבער עט דע ענד אוו דע דעי, גייט יעדער מיט מיט די סטייל (אדער שוין אוט אוו סטייל),
די פוינט איז בכלל נישט די דזשינס אדער די GAP העמד, די פוינט איז אז די יונגע מאמע'ס פון די נייע דשענערעישאן ליגט זייער גאנצע קאפ און סטייל און גשמיות און די מוסדות האבן זייער מורא ווי דאס וועט פירן, סאו די נארמאלע מהלך דאס צו פאררעכטן וואלט געווען צו מאכן דרשות פאר די מאמעס און אריינלייגן אביסל ווארעמקייט צו אידישקייט, און זיי אויפקלערן אז ס'האט נישט קיין חן אנצוטוהן די קינדער מיט די לעצטע גויאישע סטייל, און נישט נאר די מאמעס דארף מען מחנך זיין, די חינוך פאנגט זיך אהן ביי די מיידלעך אין סקול, מען דארף אריינלייגן אין זיי א אפשיי אנקעגן די סטיילס, אז זיי זאלן זיך שעמען צו גיין אזוי... (דאנט געט מיר ראנג, איך רעד נאר לפי די מנהלים וואס ווילן אז די יונגלעך זאלן נישט גיין מיט סטייליש וועש)
אבער אזוי ווי די נארמאלע מהלך איז צו א לאנגע מהלך, און למעשה ס'העלפט נישט הונדערט פראצענט ווייל אלס וועלן זיין עטליכע וואס די גאנצע אידישקייט אינטערסירט זיי אין די לינקע פאה.. כ'מיין אין רעכטן זיצער, סאו, צו מאכן א שארט קאט האט מען געמאכט סקול רולס, און חדר רולס, מ'מעג נישט גיין מיט דעי העמד, מיט יענע הויזן, מיט אזא מין גלעזער, מיט א אנדערע מין קאפל, און אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך יערליך, טוישן זיך די רולס יערליך.....
די גוטע זייט פון אזא מהלך איז, אז די סקול פארדרייט נישט די מיידלעך'ס קאפ מיט עכטע פארפרומטקייטן, אלעס איז בלויזע רולס און רעגולעישאנס, סאו איינמאל מ'איז ארויס פון די סיסטעם לאזט מען אלעס איבער דארט ווי ס'איז געווען, גיי קוק אהן די וויזניצע מיידלעך, און אפילו די 'בית רחל' מיידלעך, דארט לערנט מען זיי אויס פשטות און זיי שעמען זיך צו גיין מיט די סטייל... אך אין וויי פאר א מאן וואס פאלט אריין מיט א וויזניץ גראדואירטע ווייב