ראשית חכמה כתב:קודם כל איך בין נאכנישט משוכנע אז דו מיט וועקער זענען נישט די זעלבע מענטש... אויב ווילסטו א הסבר פארן אראפרייסען די נערישע אזויגעריפענע כופרים/מומרים וכו' וכו', קען איך דיר מסביר זיין, דאס האט נישט קיין שייכות מיט שלעכטסקייט ב"ה, איך טוה עס מיט א שווערע הארץ. און אין קורצן, די כלל איז כל מרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים, און די מציאות ווייזט עס אויף גראדע, אונזער תורה זאגט אז 'צרור את המדינים' ווייל זיי זענען אכזרים 'כי צוררים הם לכם בנכליהם' אא"וו. א מחטיא איז נישט קיין קלענערער אכזר ווי א גשמיות'דיגע אכזר, ווייל דער נעמט צו די עוה"ז וואס איז 70 80 יאר, און יענער נעמט צו די עוה"ב וואס איז לעולם ועד. ממילא ווען איך זעה אז דו שרייבסט נערישע און טיפשותדיגע דברי כפירה, און דו פרובירסט עס איינצופאקען אין א שיינע זעקל כאילו ס'זאל אויסקוקן ווי דברי חכמה, וואס קיין סאך הצלחה האסטו גראדע ב"ה נישט, ווייל לאקשען בלייבט לאשקען, אבער היות ס'קען קומען א תמימות'דיגע יודל און אפשר ווער עספייערט פון דיינע ווערטער, ממילא פיל איך פאר וויכטיג נישט צו שוינען אויף דיר מרוב רחמנות אויף דער תמימותדיגער יודל זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך דיר ח"ו.
די צווייטע האלב פון דיין תגובה האב איך נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, איך בעט דיר איבער, אויב קענסטו אריין קומען קלארער וועל איך זיך שטארק פרייען:
וואס מיינט דו טארסט נישט גיין אין מקוה?
ווי קומט דא אריין בכלל די גאנצע מקוה געשעפט?
פארוואס מיינסטו אז איך גיי אין מקוה? אפשר גיי איך אויך אין ספרים געשעפט?
פיין, לאמיר זיך איינרעדן אז איך מיט וועקער זענען די זעלבע מענטש. וואס מיינט דאס? באלד וועסטו מיר זאגן אז איך בין אויך מאנק, אבער ניין איך בין נישט און איך אטאקיר נישט מענטשן דא סתם אזוי out of the blue.
ראשית חכמה כתב:אההה... איך זעה שוין מיט וועלכען חכם מ'האט דא צוטוהן. אויב טייטש'טו אזוי אפ מיינע ווערטער, דעמאלץ וואונדער איך זיך נישט אויף דיר, קוקט אויס אז ציווישן דיר מיט די זאך וואס רופט זיך שכל (האסט אמאל געהערט דערפון? ס'איז עפעס א זאך וואס מענטשן האבן אין זייער קאפ, ס'שווער צו מסביר זיין פאר איינער וואס האט נישט) איז א ווייטע מהלך. קוקט אויס אז ווען מ'האט עס געטיילט, ביזטו געקומען מיט א קאמפאוט לעפל, אדער אפשר גאר מיט א גאפל, אזוי אז קיין סאך חכמה איז נישט אריין אין דיר, ביזט נעבעך גארנישט נישט שולדיג. סאררי, אבער קומענדיגע מאל לייג נישט אריין אין מיינע ווערטער זאכן וואס כ'האב נישט געזאגט.
יעצט זע איך אז דו ביסט די גרעסטע רחמנות און אויב איינער איז תמימותדיג ביסטו דער תמים. ווייל ווען דו פרעגסט אפ איינעם מיט דברי חכמה טוסטו צען מאל מער אויף סיי לאמיר זאגן פארן גאסט און סיי פאר מיר און סיי פאר אנדערע כופרים, יעצט קומט אריין א גאסט, און ער זעט אז ראשית חכמה איז א יראת השם, אבער שכל טוב נישט ווייל די לכל עושיהם איז איז גרויליג אין מיאוס. אין ווי אזוי שטייט, דברי חכמים בנחת נשמעים, און אז דו זידלסט קענסטו זיין זיכער אז די תמימותדיגע איד וואס קומט דא אריין האט אסאך גרעסערע טשענס צו מקבל זיין וואס איך שרייב ווי איידער דיינע "פערלווערטער" היות זיי זענען צוקער זיס און אזוי שיין.
כהאב זייער הנאה געהאט פון דיין פשט, אבער סארי כקען עס נישט טרעפן שטיין אין פסוק, צרור זאגט רש"י עליכם לאייב אותם=ענק דארפן זיי פיינט האבן, כי צוררים הם לכם בנכליהם אשר נכלו לכם על דבר פעור, קוק אין רש"י און אין מפרשים אפילו, אכזריות קומט נישטא אריין. א שיינע חסידישע תורה ודפח"ח ושפתיים יישק.
צום שלוס כזע נישט ווי
דיין תורה קומט דא אריין אבער שוין.
צום לעצט, דיין שפראך איז פראסט, עקלדיג און שטינקט ווי אן עביט, דאס איז א שפראך וואס ליידיגגייער נוצן אין מקווה ווען זיי ווייקן זיך אין בור און שמועסן איבער נארישקייטן און שרייען שטותים, נארישקייטן, משוגענער וככדומה, מענטשן וואס נוצן דיין סארט שפראך האבן נישט צופיל צו זוכן אין א ספרים געשעפט, טאמער יא וואלטן זיי אפגעפרעגט א מענטש מיט לאגיק און שכל.
יעצט איז אזוי, האסטו בכלל געקוקט אין די ווידעא קליפ וואס איך האב געברענגט אדער סאיז דיר סתם אזוי גרינג צו באזידלען מענטשן אן טראכטן אויב יענע מענטש וואס שרייבט האט עפעס א גאול צי נישט, טאמער נישט ביסטו די נאר אין שטאט, ווייל די תגובה און די ווידעא וואס כהאב געברענגט וועט דאס מוכיח זיין אויף דיר אנדעם וואס איך זאל מיך דארפן מתווכח זיין מיט דיר.