הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?

אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1567
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ו' יולי 21, 2017 1:37 pm#1
אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?
באטראכט א מאשין. א מאשין איז צוזאמענגעשטעלט פון הונדערטער קליינטשיגע קאגס און באלטס וואס אלע פון זיי טוען נישט מער פון איין און דער זעלבער פונקציע נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. נעמט צום ביישפיל א קליינער שרייפל אין די מאשין, אזוי לאנג ווי דער מאשין טוט איר דזשאב, טוט דער שרייפל נישט מער ווי זיך דרייען און דרייען אויף דער זעלבע ארט אהן טראכטן אהן פרעגן קשיות און אהן מיד צו ווערן. ער דרייט זיך ווייל דארט געהערט ער, דארט האט מען אים אריינגעלייגט. די מינוט וואס ער הויבט אן מאכן קונצן באדראהעט ער דער עפעקטיוונעס פונעם גאנצן מאשין. דאס מאשין ארבעט נאר ווייל יעדע קאמפאנענט נישט קיין חילוק ווי קליינטשיק אדער נישטיק טוט זיין ארבעט וואס ער דארף צוטוהן, אין טאקט, אלע מאל דער זעלבער, אפגעזען ווי לאנגווייליג איז עס, אהן קיין אייגן שכל. דאס וואס דער שרייפל טוט ברויך נישט זיין קאמפליצירט בכלל. אין פאקט עס קען נישט זיין קאמפליצירט ווארום מאשינען ארבעטן טאקע צוליב דעם וואס זיי זענען צוזאמענגעשטעלט פון א צאל פיצינקע באשטאנדטיילן וואס טוען יעדערער אן איינפאכע מאנדעין טאסק.

ווען מען באטראכטן מענטשליכע ענדעווערס, מענטשליכע פראיעקטן, ארגינעזאציעס, קאמפאניס, קהילות און גאווערנמענטס צו אפילו אינציאטיוון אינערהאלב א קאמפאני אדער אן ארגענאזאציע ברויך מען אויך צוגיין מיט אן ענליכע געדאנק. אויב וויל מען זי זאל מצליח זיין אין טוהן די דזשאב און האבן א קיום ברויך צוגיין דערצו מיט א 'סעפערעשאן אף דיוטיס' צוגאנג. ד.ה. מען ברויך צעטיילן די אחריות פון תפקידים אויף די קלענסטע קאמפאנענטס וואס מעגליך און איינטיילן פאר יעדן זיין סימפל תפקיד וואס דארף אויסגעפירט ווערן באהוק און באקרוק, יעדן טאג דער זעלביגער אהנע חכמות און אהן פארשטיין גענוי ווי אזוי זי פאסט זיך אריין אין דער ברייטער בילד פון וואס די קאמפאני טוט, נעמליך, ווי אזוי די שטיקל פון די פאזל שטעלט זיך צוזאם מיט די איבריגע פאזל פארעמעס צו קריעטן דער סופיות'דיגע דבר השלם.

אוודאי איז וויכטיג אז יעדער שטיקל פון די פאזל זאל וויסן ווער זענען די ארומיגע צו וועמען ער דארף זיך צופאסן אבער נישט מער ווי דאס. די וואס זענען געשטעלט צו מענעדזשן דאס צוזאמענשטעלן די פאזל, דהיינו מאכן זיכער אז ראובנ'ס ארבעט קען נאכדעם צוזאמענגעשטעלט ווערן מיט שמעון און בנימין, ער ווייסט נאר דאס, ער ווייסט נישט גענוי די דעטאלן פון ראובנ'ס ארבעט. ער ווייסט פונקט וויפיל ער דארף, צו וויסן נאכדעם וואס ראובן האט פארענדיגט זיין ארבעט, אויב דער ארבעט איז ראוי אצינד צוזאמענגעשטעלט צו ווערן מיט שמעון'ס און בנימינ'ס.

פארוואס איז וויכטיג אזא געפיראכץ. דאס איז איינס, ווייל אלץ אין דער מאדערנע וועלט איז צושטארק קאמפליצירט געווארן צו קענען פאר איין מענטש האנדלען. דהיינו, נעם סיי וועלכער תחום, עס איז אוממעגליך אין א גאנצער לעבן זיך אויסצוקענען אין אלעס וואס איז נוגע דעם תחום. צוויי, אפילו אויב וואלט מעגליך געווען איין תחום אויסצוקענען, ארבעט דאך די וועלט ארום די אינטערעקשאן פון איין תחום מיט די אנדערע, אלזא, מוז א מענטש שטענדיג זיך באגנוגן מיט'ן נישט אלעס טראגן אין דעם אייגענעם קאפ, נישט אלעס אליינס אויפזעען, אבער אנשטאט זיך פארלאזן אויף אנדערע ווען ער וויל אקאמפלישען סיי וואס. דאס הייסט, למשל אין דער פריעדיגער פאראגראף, ביי דער משל מיט ראובנ'ס מענעדזשער, דער מענעדזשער מעג נישט וויסן ראובנ'ס ארבעט אין דיטעיל פונקט ווי ראובן, ווייל צו קענען אהערשטעלן אן ארבעט וואס ראובן קען ערצייגן ברויך מען די פרטים אין ראובנ'ס טעסק לערנען אין אזעלכע דיטעיל אזש עס לאזט נישט איבער קיין צייט אין לעבן מער אויך צו לערנען ווי אזוי צו מענעדזשן דאס באהעפטן ראובנ'ס ענד רעזאלץ צוזאמען מיט שמעון און בנימינ'ס ענד רעזאלץ. אז נישט איז ער ווי ראובן, ער קען דאס וואס ראובן, אבער קיין מענעדזשער קען ער נישט זיין. און טאקע דארט ווי דער סייז איז גרויס, ווערט מענדעזשמענט זעלבסט אויך צעטיילט אין קאמפאנענטס וכן הלאה.

איך רעד אביסל אבסטראקט אבער ווען איך וועל מיך פארשטיין געבן לגבי וואס איך ברענג ארויס די דאזיגע נקודות וועט איר פארשטיין.

שרייפעלעך זענען אנדערש פון מענטשן אין דאס זיי זענען נישט זעלבסט באוואוסטזיניג. זיי טראכטן נישט, "וואס איז מיין ציהל אויף דער וועלט?" "ווי לאנג וועל איך מיר דרייען אהן א ציהל"? "וואס איז די ענד גאול? איך וויל פארשטיין.." מענטשן וואודעראום, האבן א דרייוו צו זוכן פוירפעס, צו פארשטיין, צו זען די ביגער פיקטשער, צו זוכן עפעס העכערס. פון איין זייט איז דאס א גוטע זאך וויבאלד עס דרייווט דער מענטשן צו חידוש אבער מצד שני פירט עס צו חורבן. עס צוברעכט רוטין, עס איז מערבב סדר, עס מאכט קאליע סיסטעמס.

אבער מענטשן מוזן אויך נישט דוקא זיין פארקערט. אסאך איז אנגעוואנדן אין חינוך. איך האלט אז די סיבה פארוואס אונזערע חרדישע געזעלשאפטן ווערן געפירט אין אזא דיסארגיניזאציע און כאאס, און איך וועל געבן משלים דערצו, איז צו פארדאנקען אונזער חינוך וואס לערנט די קליינע אז יעדער ברויך שטרעבן אויסצווואקסן עפעס ספעשל, עפעס אייגענארטיק, עפעס וואס דער מלמד, דער טאטע אדער דער גדול הדור האט אין מיינד פאר אים. אזוינע סטעיטמענטס ווי "עס פאסט נישט דו זאלסט טון דער אדער יענער ביליגער ארבעט, דו קענסט זיך שטופן צו מער" וכדומה. נאכמער, ווען מען מאלט פאר א קינד א פאלשע פארטרעיט פון די וועלט, פון דער עושר וואס מאכט געלט פון ברכות פונעם צדיק און פון דער איד וואס האט געקענט כל התורה כולה, ווייל א מלאך האט אלעס געלערנט מיט אים אין איין נאכט טוט מען נישט נאר פארהאקן דעם קינד'ס אפערטוניטיס צו מאכן נוצן פון דער וועלט נאר מען טוט אויך רעדוסן די אפערטוניטיס פון דער וועלט צו מאכן נוצן פון דעם קינד.

א בעל הבית אין דער ריעל וועלט דארף נישט אן ארבעטער וואס כסדר קוועשטנד אויטאריטעט, פרעגט שאלות ארויס פון זיין רימיט, וועמענס צוגאנג צו די ארבעט, אדער לעבנס געדאנקען גאנג אינדיקעיטן אז ער זוכט שטארק צו רוקן זיך פאראויס און פלאנט נישט צו פארבלייבן צו לאנג אין דער יעצטיגער ראול, וואס טיף אינעווייניג האלט ער אז וויסן פונקטליך וואס דער דזשאב אינוואלווד און לעבן מיט א פעשאן דערפאר - ווי כאילו עפעס אנדערש עקזעסטירט נישט - איז וואס אן אמת א וועיסט אף טיים ווייל מען לאזט דאך במילא אלעס איבער איין טאג און אויפ'ן עולם האמת מאכט דאס נישט קיין סאך אויס. דער בעל הבית טראכט: אז דו ביסט נישט גרייט צו זיצן דערויף א צייט לענגער און באמת קענען לערנען וואס דער דזשאב אינוואלווד אפילו אויב דאס מיינט אז דו וועסט שטארבן אין דער דזשאב לעבסטו נישט עכט אין די ריעל וועלט. אין די ריעל וועלט קריגן נישט רוב מענטשן די שאנס זיך צו קלייבן וואס זיי זאלן טוהן. אין די ריעל וועלט זענען אזעלכע גרויסצוגע פראיעקטן ווי פיראמידן, דאמבעס, בריקן, וואלקן קראצערס, טשוירטשעס און פאלאצן דערגרייכט געווארן נאר ווייל מיליאנע מענטשן האבן זייער גאנצע לעבן געטוהן די זעלבע מאנדעין דזשאב טאג איין טאג אויס אהנע חלומות אהנע דמיונות און אהנע וועלט שמערצן. דער פארשווארצטער ארבעטער גראבענדיג די פאנאמא קאנאל האט נישט אנגעקוקט זיין לעבן ווי א וועיסט אף טיים און האט זיך נישט געהאלטן חושיבער ווי דער חבר נעקסט צו אים מיט דעם אז ער האט באמת ארויס וואס די פוירפעס אף לייף איז און דאס גראבן די טרענטשעס איז נאר א צייטווייליגע דורכגאנג. ווען מען לערנט אויס א קינד אז די וועלט איז נישט דער עיקר, וואקסט ער אויף מיט א געוויסע טפל'דיגע באציאהונג צו אלעם וואס ער טוט. צו דער 'יעצט' און צו דער 'דא'.

אצינד קען מען בעסער פארשטיין פארוואס ביי אונז איז דא פארטיקולער שוועריגקייטן פון מענטשן זיך צוצופאסן צו צייטן, אויספלאנירן קאלענדערס פון פאראויס א.א.וו. דער מארגן, דער נעקסטע וואך, חודש אדער יאהר איז עפעס העיזי, אומקלאר. 'וואס ווייס איך וואס וועט דעמאלס זיין?' 'איך האף צו זיין גאר עפעס אנדערש, אין א אנדערע רעאליטי'. דער מושג פון זיין אין צייט ערגעץ אדער מיעטן דעדליינס עז עי 'מוז' איז נישטא ווייל פראיעקטן ווערן נישט באטראכט ווי קאמפליצירטע מאשינען אין וואס יעדער קאמפאנענט מוז טוהן זיין ארבעט באהוק און באקרוק. 'לייף'ס עולם המעשה' איז מער פלעקסיבל און רילעקסד, עפעס א מין הכרח כדי לחיות. א מין באקוועמע באבל און פאלשע פאטרעיל פון רעאליטי אזאנס וואס זאל סוטן פונקט דער אלגעמיינער באבל אין וועלכער מיר לעבן. מען לאקט די יכולת אפצוטיילן די אידעאל פון דער מצוי. מקריב זיין א לעבן פאר עפעס אנדערש אויסער גאט קומט נישט אין באטראכט. 'עס וועט שוין גוט זיין אפילו אויב איז עס נישט הונדערט פראצענט'. 'נאך אלעם בין איך דאך נאר א מענטש, נישט א מלאך; נישט א מאשין.' ניין, אליינס ביסטו נישט קיין מאשין, אבער אלס א חלק פון א פיהל גרעסערע סקים, עפעס וואס דו קענסט נישט פולקאם באגרייפן, ביסטו נישט מער ווי א קליין שרייפעלע וואס איז נעווערדעלעסס קרושאל צו די אווערהאל אפעראציע און פראדוקט פון דער מאשין.

גארנישט ביי אונז ווערט געטוהן בשלימות, פערפעקט. גארנישט איז פערפעסיאנאל. גארנישט איז לאנג-לעסטינג און מציאות'דיג. און עס ווערט נישט בעסער, עס ווערט נאר ערגער. די פראבלעם איז אז די מציאות'דיגע וועלט מאכט נישט קיין קאנסעציעס, עס איז ווי דער סעיניג גייט, 'דער זייגער שטעלט זיך נישט אפ'. דער קאנפליקט קלאפט ערגעץ אויס. עס קלאפט אויס דארט ווי רוב מענטשן זעען נישט. ביי דער גרעניץ פון די צוויי וועלטן. דארט וואו דער ספעיס-שאטעל רייבט זיך מיטן אטמעספער ווען זי קערט זיך צוריק צו ערד. ווען א חרדישער אונטערנעמונג קוקט אוועק אויף די סלאפינעס פון די מענטשן אינוואלווד אין ראנען דער אונטערנעמונג, ליידט טאקע דער אונטערנעמונג און די מענטשן וועמען דער אונטערמענונג סערווירט אבער די מענטשן באמערקן עס נישט ווייל זיי לעבן דערינען. זיי לעבן מיט אן אומפונקטליכע זייגער. די פראבלעם איז אבער עס שטעלט זיך נישט אפ דא. ערגעצוואו ברויך דער אונטערמענונג, אדער דער אנדערער אונטערמענונג מיט וועמען דער אונטערמענונג אינטערעקט עלאנג די ליין, אינטערקעטן מיט אן אנדערע אונטערמענונג וואס פונקציאנירט יא ווי א מאשין און דארט וועט דער סלאפי אונטערמענונג אינטערברעכן.

מיין פוינט איז, עס איז צייט מיר זאלן אנערקענען אז די מערהייט מענטשן ברויכן זיין קאגס און באלטס, א זאך וואס געשעט דוקא ווען מען לאזט זאכן לויפן נאטורליך און נישט ווען מען טרעינט איין וועג אדער דאס אנדערס. מחנך זיין קינדער צו זיין קאגס איז אוודאי נישט כדאי אבער מחנך זיין נישט צו זיין קאגס איז פיהל מער דעסטראקטיוו. אין א וועג זענען דוקא מיר, חרדישע קינדער, ווי עס איז יעצט, נישט קיין קאגס און דערפאר אפילו ווינציגער ווערט פון א קאג. ווען מיר זאלן לערנען די קינדער אז מען ברויך נישט אלעס פארשטיין נאר טוהן למעשה וואלט גוט געווען. די בראך איז אז מען לערנט דאס מען ברויך אי נישט פארשטיין אי נישט טוהן. מ'וועט שוין ערלעדיגן, מ'וועט שוין מסדר זיין, לאז עס פאר'ן באשעפער...
ו' יולי 21, 2017 2:07 pm#2
Re: אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?
אונזער וועקער טראכט טיף און שטארק און נוצט גרויסע ווערטער, בקיצור אן אינטעלעקטואל. איך גלייך זייער צו ליינען דיינע ארטיקלען.
אבער ווי געווענליך אביסל צו אבסטראקט. דו זאגסט טאקע אז מען זאל זיין צופרידן צו זיין נישט מער ווי א שרייפל? ווען גאלעלעאו וואלט געווען א קאג און געהארכט דעם פויבסט און דארווין צו זיין ווייב און קירכע און אזוי אויך אלע אנדערע גרויסע לייט וואלט די וועלט געווען פוסט פון חכמה.
חוץ אויב דו מיינסט עפעס אנדערש.
ו' יולי 21, 2017 4:48 pm#3
Re: אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?
נאטורווייז וועלן אייביג זיין א מועט וואס ווילן נישט זיין קאגס אבער איי גיס ער זאגט אז דאס אויפציען א דור ווי יעדער איז ספעשל איז א פראבלעם ווייל מ'ענדיגט אפ מיט א באנטש מיט ספעשל מענטשן און קיינער וויליג צוטין המעשה אשר יעשון.

גאלילעא און דארווין האבן נאר מצליח געווען אויף די פלייצעס פון מיליאנען קאגס און אויך ווייל זיי האבן אגאנץ לעבן געספענט אויף איין נושא עס צו קענען אין גרעיט דיטעיל.
ב' יולי 24, 2017 2:59 am#4
Re: אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?
חסידים ווילן נישט זיין קיין קאגס? איך מיין אז א חסיד איז א סעמפל פון א קאג ערציאונג.
קלייד זיך די זעלבע, טראכט די זעלבע, עס די זעלבע, יעדע אייצעלהייט זיי די זעלבע ווי די קאמיוניטי.
א' יולי 30, 2017 11:47 am#5
Re: אז מיר ווילן נישט זיין קיין קאגס וואס זענען מיר ווערט?
דאס איז נישט ווייל זיי זענען קאגס. עס סערווט נישט קיין שום פראקטישע ענד גאול. דאס טוען זיי דוקא ווייל זיי זענען נישט קאגס, אלעס וואס זיי טוען איז ווייל זיי גלייבן אלע אין א אולטימעט פוירפעס ווייטער פון וואס מיר קענען זען בחוש. זיי גלייבן אין אן אמונה תפילה אז אויב טוט מען נישט א' ב' און ג', וואס אירע מעלות האט נישט קיין פשט, וועט מען נישט באקומען די געוואלדיגע שכר אויף יענע וועלט. מען זאגט דיך, דאס איז די גאנצע ענד גאול און דא האסטע, דו פארשטייסט שוין אלעס.

קאגס הייסן די וואס פארשטייען די מעשים וואס זיי אלס אינדיווידועל טוען. נישט סתם פארשטייען, פארשטייען עס גאר גוט, נאר פארשטייען נישט גענוי טעקניקלי ווי אזוי עס פיט אריין אין די ביג סקים און עס פאראינטרעסירט זיי נישט. זיי מעג און דארפן זען די ענדע רעזאלץ, נאכדעם וואס די פראיעקט איז פארטיג. אבער נישט אלץ וואס זיי טוען ברויך זיין לשם אן אולטימעט גאול און פוירפעס וואס זיי דארפן פארשטיין אדער רעדן זיך איין עכפ אז זיי פארשטייען.