יודישע ווערטער און זייער באדייט
אזוי ווי איך קען נאכנישט אזוי גוט ענגליש און די היינטיגע חסידישע אויסגאבעס גרוילן מיר מיט זייער באקסעדיגע איינזייטיגקייט, האב איך זיך אביסל אריינגעלייגט אין די אלטע יידישע ליטעראטור
און וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז געוואלדיג! געוויסע באשרייבונגען זענען ממש זיך צום באלעקן.
און דער אמת איז אז "מיר" וואס זענען אויפגעוואקסן כמעט ווי אין מיטל-אלטער, קענען סאך בעסער פארשטיין א ערציילונג אדער ראמאן פון מענדעלע אדער שלום עליכם, ווי אלע יידישיסטן.
נאר די סיבה פארוואס אסאך נעמען זיך נישט דערצו, איז פשוט ווייל מ'קען נישט אסאך ווערטער וואס מ'נוצט שוין נישט ביי אונז.
און נוצן א ווערטער-בוך, איז דאך נישט אנגענומען... סאיז אפגעפרעגט. ס'כמעט כפירה... ווייל מ'קען דאך לערנען אין די צייט...
למעשה האב איך אנטוויקלט א שטיקל געפיהל צו אלטע ווערטער וועלכע מ'נוצט שוין היינט כמעט אדער אינגאנצן נישט
כ'וועל דא מאכן א שטיקל ליסטע פון די ווערטער וואס זענען מיר געווען א חידוש, און דאדורך פארברייטערן אייער ווערטער-אוצר - אויב איהר וועט מיר ערלויבן...
אין פלוג = לכאורה, ווארשיינליך
באָדיי = זאל "אפילו" זיין
דיבעס = שטעקנס וואס מע טוהט אהן פאר אן ארעסטאנט אויף די פיס
דראָבנער = קלענער, ווייניגער
העס = לייכטער ארום די ווענט, ווי דער שטייגער אמאל
ליפּעס = שטאם-טיילן (דערנאך וואס מ'האקט אראפ א בוים, צעטיילט מען עס אויף ליפּעס. און די ליפעס אויף דינע שייטלעך)
סאַמעראָדנע = עכטע, סאמע געבוירענע
סוראַגאַט = א ערזאץ וואס איז נישט אזוי גוט און פארטרעט אנשטאט א גוטן פראדוקט
פאָרטקע = טירל
פּער = אַקס פון וואגן
ציפּיק\טשעפּעק = טיכל אדער הייבל וואס די רעליגיעזע פרויען טראגן אויפן קאפ
קאָזשעליק = איבערקערן דעם קערפער אויפן קאפ (טאמבל-סאוס בלשונינו)
קריע = א גרויסע אייז-מאסע
שאַרען = מחנות
וויפל פון די האט איהר געקאנט?
המשך יבוא אויב דער עולם וועט פארלאנגען