Bum כתב:קוגל כתב:הגם די אידישע ליין מאטריאל און אויסוואל איז לעת עתה היפש ארעם בכלל, איז אויפגעקלערטע ליין מאטריאל נאך ארימער. אשר על כן, אויב איינער ווייסט צו זאגן פון א געוויסע ביכל, סייט, ספר, וואס קלערט אויף אביסל, און סיי וואספארא ענין, א שטייגער ווי דער וועקער (פרעזענטירט דורך ק"ש) ביטע אהערברענגען און מהנה זיין אנדערע.
ייש"כ
וואס מיינט אויפגעקלערט? און פארוואס ווילסטו ווערן?
לאמיר דאס מסביר זיין וואס ער פרעגט.
אמאל ווען מען האט געוואלט ווערן אפגעפארן האבן מען געזוכט גליקן, חכמה, און ענדליכ'ס ווי השכלה, חובבי ציון, און נאך, היינט אז דו ווילסט אפפארן דארפסטו נישט וועלן גארנישט עפעס מער נאר פלעין זיין א פורק עול טוה די זאכן וואס בהמות טוהן די בעסט [עסן, טרינקן, בראטן אויף די זון, האבן סעקס מיט יעדן וואס אים שמעקט] און צו זיין א בהמה דארף מען נישט זיין אויפגעקלערט, עס איז גענוג צו זיין פשוט א בהמה... און יעצט קוק איבער בום'ס שאלה,
וואס מיינט אויפגעקלערט? און פארוואס ווילסטו ווערן?