הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים

וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים

16 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

16 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 20 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1692
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
א' מאי 27, 2018 6:17 am#1
וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
אין מיין דזשאב קומט מיר לעצטענס אויס אסאך צו אויסגעפרעגט ווערן דורך נייגעריגע גוים איבער אונזערע מנהגים און לבוש, דעם ריינעם אמת איז נישט אלעמאל פראקטיש צו זאגן סיי ווייל נישט אלעס קענען זיי פארשטיין און סיי ווייל אסאך מאל קען עס מאכן א שלעכטן איינדרוק, ס'פארהאנען זאכן וואס זענען ביינונז הייליג און איז ביי זיי אפגעפרעגט ווי למשל סעגרעגאציע צווישן גענדער'ס, אסאך מאל זעה איך מענטשן ווערן געפרעגט האקעלע שאלות דורך די מידיע דזשורנאליסט'ס און זיי ענטפערן אזוינע נאנ-סענס אז איך שעם מיך שטאטץ יענעם, די מידיע פאסמאקעוועט זיך מיט אזעלכע נארישע סטעיטמענטס, און עס קען מאכן א גרויסן חילול השם, דעריבער וויל איך דא אנפרעגן פאר די חשובע חברים, און ווער עס האט גוטע עצות און פראקטיק זאל ביטע מיטטיילן.


1. וואס זענען די פאות, קאפל, ציצית, וואס אידן טראגן? (שוין געהאט מענטשן וואס ווילן "אלעס" עקסטער פונקטליך פארשטיין.)

2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?

3. פארוואס האבן אידן גרויסע משפחות?

4. פארוואס גייען (פרומע) אידישע קינדער אין עקסטערע סקול'ס?

5. וואס איז מען מסביר ביים נישט וועלן שעיקן הענדס? אדער פאר'ן נישט וועלן זיצן נעבן א פרוי?

6. פארוואס טוהן זיך (אסאך) אידן נישט אויפפירן עטיש? ווי למשל אפן האלטן א טיר, גריסן, איבערגעבן?

7. פארוואס לערנען נישט (אולטרא פרומע) אידן ענגליש, קאמפיוטער, סייענס?

איינער האט נאך?

א תודה למפרע פאר אלע משיבים
א' מאי 27, 2018 6:39 am#2
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
איך זאג אלץ אז חסידים זענען מענטשן וואס מיינען גוט אבער זענען סטאק אין אמאל. היינטיגע צייטן א דאנק די אינטערנעט און סייענס ווערן זיי בעסער. ביז צוואנציג דרייסיג יאר וועלן זיי זיין נארמאל.
איך גיי נישט אריין אין קיין דיטעילס ווייל די אמת איז אדער נארישקייטן אדער ווייזט עס אויף אונזער שלעכטע זייט און איך וויל נישט מאכן קיין חילול השם. און ליגענט טאר מען נישט זאגן. איך זאג אז אזוי איז זייער custom אזוי האבן זיי זיך געפירט אמאל און זיי האבן א הארד טיים זיך צו טוישן.
עס איז די בעסטע תירוץ ווייל עס איז אמת און עס הערט זיך ווי א ארענטליכע זאך וואס מען קען אפילו רעספעקטירן אביסל.
ב' מאי 28, 2018 2:25 am#3
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
א גוי האט מיך אמאל געפרעגט פארוואס אונז גייען אנגעטון שווארץ און ווייס, האב איך איהם געענטפערט אז אזוי איז מען געגאנגען אנגעטון אין מזרח אייראפע.
ב' מאי 28, 2018 3:04 am#4
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
יונה כתב:אין מיין דזשאב קומט מיר לעצטענס אויס אסאך צו אויסגעפרעגט ווערן דורך נייגעריגע גוים איבער אונזערע מנהגים און לבוש, דעם ריינעם אמת איז נישט אלעמאל פראקטיש צו זאגן סיי ווייל נישט אלעס קענען זיי פארשטיין און סיי ווייל אסאך מאל קען עס מאכן א שלעכטן איינדרוק, ס'פארהאנען זאכן וואס זענען ביינונז הייליג און איז ביי זיי אפגעפרעגט ווי למשל סעגרעגאציע צווישן גענדער'ס, אסאך מאל זעה איך מענטשן ווערן געפרעגט האקעלע שאלות דורך די מידיע דזשורנאליסט'ס און זיי ענטפערן אזוינע נאנ-סענס אז איך שעם מיך שטאטץ יענעם, די מידיע פאסמאקעוועט זיך מיט אזעלכע נארישע סטעיטמענטס, און עס קען מאכן א גרויסן חילול השם, דעריבער וויל איך דא אנפרעגן פאר די חשובע חברים, און ווער עס האט גוטע עצות און פראקטיק זאל ביטע מיטטיילן.


1. וואס זענען די פאות, קאפל, ציצית, וואס אידן טראגן? (שוין געהאט מענטשן וואס ווילן "אלעס" עקסטער פונקטליך פארשטיין.)
פאות און קאפל ענטפער איך אז עס איז טרעדישאן
2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?
פארהייראטע פרויען דעקן צו די האר, און איך לייג צו, אז א שייטל קען צומאל זיין שענער און פראקטישער ווי האר.

3. פארוואס האבן אידן גרויסע משפחות?
נישט יעדער האט גרויסע משפחות.

4. פארוואס גייען (פרומע) אידישע קינדער אין עקסטערע סקול'ס?
מיר האלטן אן די טרעדישאן פון סעגרעגעשאן וואס פלעגט זיין אלטוועלטליך איינגעפירט, ווייל מיר האלטן אז עס ברענגט בעסערע תוצאות אין דעוועלאפמענט, און מיר האלטן אז רעליגיאסלי איז עס מער אויסגעהאלטן.

5. וואס איז מען מסביר ביים נישט וועלן שעיקן הענדס? אדער פאר'ן נישט וועלן זיצן נעבן א פרוי?
ווענד זיך לויטן כאראקטער פונעם איד, אבער עס איז סטריקטלי א רעליגיע אישו.

6. פארוואס טוהן זיך (אסאך) אידן נישט אויפפירן עטיש? ווי למשל אפן האלטן א טיר, גריסן, איבערגעבן?
דאס איז א ראסיסטישע און מיאוסע זשאזשמענטעל סטעיטמענט.

7. פארוואס לערנען נישט (אולטרא פרומע) אידן ענגליש, קאמפיוטער, סייענס?
גוטע פאונט, איך האלט אויך אז זאכן קענען בעסער ווערן ביי אונז.

איינער האט נאך?

א תודה למפרע פאר אלע משיבים
ב' מאי 28, 2018 3:21 am#5
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
אמאל שטעלט מיר אפ א גוי אין וויליאמסבורג און פרעגט מיך וואס זענען די לאקן ביים זייט פון די פנים. האב איך איהם געזאגט אז ס'איז א טרעדישן וואס איז געבויט אויף א commandment פון די Bible. פרעגט ער מיר, אזוי באזארגטערהייט. אז ביי איהם וואקסט נישט קיין האר, צי ס'איז א פראבלעם. האב איך איהם בארואיגט אז די מצוה איז נאר נישט אפשניידן, אבער אז ס'וואקסט נישט איז ער פטור, און סייווי איז עס נאר א טרעדישן, נישט ממש א מצוה.

איי, וואו נעמט מען די תמימות פון אן אמעריקאנער גוי...
ג' מאי 29, 2018 2:04 am#7
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
א גוי האט מיך אמאל אויסגעפרעגט פונקטליך וואס איז יעדער דריי און קניפ אויף די ציצית... ס'געווען בושות!
ד' מאי 30, 2018 10:40 am#10
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
איך האלט נישט פון היפקראטיע, האנעסטי איז וויכטיגער, און איך האלט מ'דארף זאגן די אמת. דער גוי פארשטייט אויך אז מ'האט מיינונגס פארשינדנהייטן, די רעליגיעזע גוים האבן גענוג דיסעגרימענטס, נישט עק וועלט, און אז מ'זאגט אמאל עפעס אפן און גראב מיינט עס נאכנישט קיין חילול השם, דאס איז דאך אזא מיאוס'ן טעות, וואס מיין רבי פלעגט זאגן; "ווען ס'קומט צום גוי זארגט מען זיך אויף יעדע זאך חילול השם, און נאכאמאל חילול השם. אבער פון איין איד צום צווייטן - נעע נישט קיין חילול השם" און דאס ברענגט מיך צו די פוינט וואס ער פרעגט לגבי זיך נישט אויפפירן מענטשליך, איך דיסעגרי מיט יאנקל. איך האלט אז ס'איז דארט אויך דא פלאץ פאר אימפראוומענט, האלטן א טיר צו וואס איז נאר א משל, ס'איז דא אזא זאך ווי נישט ווארפן קיין שמוץ, נישט פייפן וכו וכו

נאכאמאל, וואס טוט זיך ביי אנדערע ראסעס איז דאך נישט רעלאווענט, מ'שרייט דאך אלס אז דער גוי האט אונז פיינט? אה אזוי? דעמאלטס שריי נישט ראסיסט ווען ס'איז יש דברים בגו
ד' מאי 30, 2018 10:45 am#11
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
אברך יקר כתב:מ'קען זיי אויך זאגן אלין צו סוירטשען אויף גוגל

און ווען מ'זאגט נישט, נאכן רעדן מיט דיר גייט ער אליינס קוקן, און אויב שטימט נישט וואס דו זאגסט מיט וואס גוגל זאגט האט ווער געמאכט די חילול השם, האנעסטי איז וויכטיג
ד' מאי 30, 2018 7:19 pm#13
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
קרית יואל כתב:אויב קען ער סוירטשן פארוואס פרעגט ער דיר?


ווייל ער האט נישט קיין אנהונג וואס צו סוירטשען פאר ער פרעגט דיך וואס די ספעציפישע זאך איז בכלל
ד' מאי 30, 2018 11:12 pm#14
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
קרית יואל כתב:אויב קען ער סוירטשן פארוואס פרעגט ער דיר?

ווייל ער וויל דיך דרייען א קאפ. בכלל, ללא שייכות אידישקייט, האב איך שוין לאנג באמערקט אז ווען איינער פרעגט עפעס איז עס מער געזאגט ווי געפרעגט.
ה' מאי 31, 2018 12:08 am#15
Re: וויאזוי צו רעדן אידעשקייט צו גוים
רבינו הקדוש כתב:
קרית יואל כתב:אויב קען ער סוירטשן פארוואס פרעגט ער דיר?

ווייל ער וויל דיך דרייען א קאפ. כ'האב שוין לאנג באמערקט אז ווען איינער פרעגט עפעס איז עס מער געזאגט ווי געפרעגט.

גוט געזאגט אבער ס'איז נישט א כלל ביי אלע, טייל זענען טאקע נייגעריג צו הערן מער פון דער אינטרעסאנטע אינסולאר קאלטור וואס דרייט זיך ביי זיי אין בעקיארד (למשל פארוואס זענען פורים אלע גאסן איבערגעדרייט אדער פארוואס מאכט מען פייערן ל"ג בעומר וכו')
ו' יוני 01, 2018 5:54 am#16
Re: וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים
@יונה ווילסט עפענען א נייע אינטערעסאנטע אשכול, קיין פראבלעם. נעם עס אבער נישט פון קאווע שטיבל און שטעל עס אהער ווי אייגנס (חוץ טאמער יונה ביבער היינו הך).
די איינציגסטע זאך וואס איז נישט קאפירט איז די קעפל.