הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » אנשי שם » מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'

מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #178
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ו' דצמבר 13, 2013 2:13 pm#1
מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
תמונה

פרומעט, היינט צוטאגס נאכן אויסטאן די שפיצל.

*
ביי אונז סאטמארע חסידים לערנט מען נישט שרייבן פאר די אינגלעך נאר פאר די מיידלעך. דעריבער קענען מיינע טעכטער בעסער ענגליש און מיינע אינגעלעך קענען ניטאמאל אידיש שרייבן, און ענגליש וועלן זיי אי"ה קאנען ווען זיי וועלן דארפן פרנסה.

דער ענגלישער פארווערטס האט אויפגענומען א סאטמארע שרייבערין וואס לערנט זיך אין קאלעדזש צו שרייבן ענגליש. זי איז א מאמע א ווייב א אישה צדקניות ארגינעל איז זי פון מאנרוי קרית יואל אבער וואונט היינט ביי ר' ליפא שמעלצער'ס קהילה אין עירמאנט.

אירע ארטיקלן און ראדיא אינטערוויואן איבער סאטמאר איז איצט דאס מערסטע אויפגעכאפט ביי חסידים צו לייענען און רעדן דערוועגן.

איך בעט דא זייער שטארק די ארונישע טראכטער נישט צו אטאקירן איר אויסזען נאר צו דעבאטירן לענין אירע ארטיקלען.

*

זי שרייבט זי איבער די שוועריגקייטן פון היימישע וואס דארפן פרנסה און וויבאלד סאטמאר האט זיי בארויבט די קאלעדזש פראגרעמס קענען זיי נישט גיין זיך לערנען א פאך.

ווי אויך שרייבט זי איבער די נארישער מנהג פון די היימישע צייטונגען אויסמעקן פנימער פון קליינע מיידלעך. זי טענהט אז סאטמאר רב רבינו יואל האט דאס פארויס געזען.

ווי אויך האט זי געשלידערט פאר די וועלט די ברוטאלישער באנעמונג קעגן פרויען אין קרית יואל דורך דעם ארונישן וועד הצניעות אז די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף פיזיש וויאזוי מען צווינגט אפשערן די קליינע הארעלעך באהאלטן אין די אינטימישע חלקים פון גוף אלס שער באישה ערווה לויט זיי.

זעט דא אלע קאלום'ס אירע דערפרישט יעדער וואך. האט הנאה און זעט אז דער סאטמארער טעראר ווערט אויפגעדעקט און האפנטליך מינימיזירט פאר אונזערע דורות לעתיד זאלן נישט דארפן דורכגיין וואס אונז ליידן מיר פון זייער רשעות.

m http://forward.com/authors/frimet-goldberger/ m
ו' דצמבר 13, 2013 3:23 pm#2
Re: מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
איר היינטיגער ארטיקל איז מסביר די שיטה פון ליפא פארוואס זי איז יא א סאטמערער אידענע וואס פייניגט נישט די באמעס.

m http://blogs.forward.com/forward-thinki ... s-that-is/ m

עס איז איינס אין די וועלט! איצט פארשטיי איך שוין פארוואס די סאטמארע חסידים פייניגען אזוי די פרויען, זייער רחמנות אויף די באמעס ווי א אידישע מאמע מאכט זיי א סכנה פאר דעם דרך ההתבדלות!
ש' דצמבר 14, 2013 2:06 am#3
Re: מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
יישר כוח רעבעצין גאלדבערגער פאר אויפדעקן די סאטמארער רשעות פאר די וועלט. ס'איז א שאנדע אז דער מלכות של חסד מישט זיך נישט אריין אפצושטעלן די סאטמארער רשעים.
ג' ספטמבר 09, 2014 9:45 pm#4
Re: מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
כ'האב שוין לאנג נישט געהערט איבער איהר, פיגערירט זי נאך?
איז דא אפדעיטעד בילדער פון איהר?
ב' ספטמבר 29, 2014 12:59 am#7
Re: מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
מעוברת כתב:כ'האב שוין לאנג נישט געהערט איבער איהר, פיגערירט זי נאך?

זי לאזט זיך נאך הערן פון צייט צו צייט
m http://yiddish.forward.com/articles/181 ... y-and/?p=1 m
ד' דצמבר 30, 2015 12:48 am#8
Re: מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
מעוברת כתב:כ'האב שוין לאנג נישט געהערט איבער איהר, פיגערירט זי נאך?
איז דא אפדעיטעד בילדער פון איהר?
ה' יולי 07, 2016 5:24 pm#9
Re: מרת פרומעט גאלדבערגער תחי'
זי איז געווארן א ציוניסט'קע רח"ל...
זי שטאטעט אפ א באזוך אין ארץ הקודש.. באגלייט מיט די משפחה
frimet now.jpg