הויפט זייט » אלגעמיינע קולטור » ספארטס » מיליאנען 'טארגעט' קרעדיט קארטליך אינפא בא'גנב'עט

מיליאנען 'טארגעט' קרעדיט קארטליך אינפא בא'גנב'עט

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 5 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #194
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:42 am#1
מיליאנען 'טארגעט' קרעדיט קארטליך אינפא בא'גנב'עט
(איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער פארום האט נישט קיין ביזנעס אפטיילונג וויפל מ'בעט דעם מנהל זאל פאר איין מינוט מפסיק זיין פון מין במינה נארוינישקייטן מען זאל נישט דארפן שרייבן שטותים נאר זאכליכע ענינים וויל ער נישט מאכן קיין ביזנעס פארום. סא דערווייל טוה איך כמנהג המקום און מען לייגט דעם ביזנעס אשכול אין ספארטס איך בעט אים נאר ער זאל דאס נישט פארמעקן נאר אריבערפירן אויב ער האלט דאס באלאנגט נישטא און וועט באשאפן א ביזנעס אפטיילונג.)

***

תמונה

אויב זענט איר ווי איך און מיין ווייב מיר קויפן אלעס אויפען אינטערנעט אדער גייען אויפן אן אויספלוג אין שאפינג מאללס. און מיר פאלן כסדר אריין אין טארגעט, היט אייך דעם טייסטער ממון ישראל. עס איז איצט באקאנט געווארן אז טארגעט האט זיך מודה געווען אז א העקער האט באגאנוועט צענדליגע מיליאנען קרעדיט קארד נומערן און זייער געבורטס טאג מיט עקספייערעשן דאטומען, אלעס וואס מ'דארף צו קענען דאס נוצן אפילו זיי זענען נישט דער ריכטיגע בעלי בתים פון דעם קארטל. איר וועט דערנאך האבן אסאך קאפ-וויי.

ביטע קאלט שוין אייער קרעדיט קארטל קאמפאני צו טשעקן אויב איר זענט נישט פון די באגאנוועטע.
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:00 pm#2
Re: מיליאנען 'טארגעט' קרעדיט קארטליך אינפא בא'גנב'עט
טשעיס באנק האט אפגעשטעלט אלע באנק אטאטמאטישע עי.טי.עם. ווידדראולס לכבוד דעם. זייער שיין פון זיי.

m http://nypost.com/2013/12/22/chase-limi ... ty-breach/ m
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:22 am#3
Re: מיליאנען 'טארגעט' קרעדיט קארטליך אינפא בא'גנב'עט
וואס איז טאקע פשט דער ''פאליש'' דא האט בדוקא נישט קיין ''טעכנאלאגיע'' פארום און ''ביזנעס'' פארום.? זעה דא ווי דער עולם פארלאנגט דאס. פארוואס עקשנען זיך די מנהלים נישט נאכקומען די לייענער און שרייבער? ביידע סיי ק"ש און סיי אייער-וועלט האבן דאך די פארומס פאר זאכליכע אינפא פון טעכנאלאגיע און ביזנעס?

l viewtopic.php?f=2&t=209 l
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:20 am#4
Re: מיליאנען 'טארגעט' קרעדיט קארטליך אינפא בא'גנב'עט
אויוויי טאטע פרישע צרות מיט טארגעט, וויל איך אזוי טראגן שאפינג מיין ווייב ווייל זי האט אפפ אין יום אידם. איז דער גיפט קארטל נישט אקטיוויזירט.

תמונה

צוריק אלעס אויפן שעלף... אבער פיין פארברענגט אין מאלל...

m http://fox2now.com/2013/12/31/targets-l ... activated/ m