הויפט זייט » אלגעמיינע קולטור » בילדונג און עדיוקעישן » אל תתייאש: ס'ווערט בעסער ווידיא פראיעקט

אל תתייאש: ס'ווערט בעסער ווידיא פראיעקט

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

2 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 3 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #198
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:39 pm#1
אל תתייאש: ס'ווערט בעסער ווידיא פראיעקט
אשי כץ בן ר' יששכר שליט"א האט געמאכט א גרויסן קידוש ה' מיטן ווערן באלוינט מיט א סקאלערשיפ פון א סאטמאר חדר אינגל צו ווערן אויסגעצאלט צו שטודירן אין בערלין ביאלאגיע אויסטרעפן די נעקטסער וואונדער מעדעצין פאר יענע מחלה.

תמונה
בעפאר און דערנאך בילד

ער איז נישט נאר אפגעפארן און פארגעסן פון זיינע איגענט חברים, ער לעבט איינזאם דארטן אין בערלין צווישן די דייטשן דעריבער האט ער געגרינדעט אזא ווידיא פראיעקט פון אידן חסידישע מענער און פרויען וואס האבן זיך ארויסגעזען פון שולעכץ פון פאנאטישע פרומקייט דאס הייסט געבראכן די נארישע בושה פאר שידוכים... און וואס וועט דער שכן יאכנע דעוואשע זאגן? און זיי האבן זיך אפען ערקלערט אלס אידיוואדואלען וואס גייען נישט צום רבין'ס טיש נאר האבן אן אייגן מיינונג צו איז דאס גיין אין קאלעזש זיך לערנען א פאך אדער אפילו פיצן די בארד וכו' טאן זאכן וואס די חסידישע פאנאטישע עלטערן און געשוויסטער וויינען דערויף און בארואיגן זיך זייער שנעל אז מ'ווייזט זיי די מיטלסטע פינגער און דאס לעבן ווערט זיס און געשמאק אן דעם גיהנום פון חרדישן לעבנסשטייגער וואס וועט די וועלט טראכטן און זאגן? די וועלט קערט נישט איבער אייך קיין דעם זיי מיינען נאר זיך.


דאס איז אנפאנג זייער שווערט צו ברעכן דעם אייז ווייל דער חסידישע איבערהויפט סאטמארע חינוך איז אז קיינער טאר נישט האבן קיין אייגן דעת, ''ווער ביסטו? ווער האט דיך געפרעגט?" איז דאס מערסטע באקאנטע אראפקלאפונג אין סאטמאר, נאר זייערע פירער פארשטייען נאר זייערע שיטה הקדושה איז תורת לאקשן מסיני אלע חסידישע אידן זענען שקצים ורמשים און מען איז מחנך פון קינדווייז אן שרייען פוי אויף א ציוני אדער אגודיסט אדער נער אויף א פאפאנער. איצט אז אין סאטמאר זענען זיי צעריסן צווישן זיך ביי די בערד איבער דעם ארוני-זאלי ברודער קריג, איז צייט פאר אלע יואליס זיך גיין איעדער איטליכער דעם אייגן וועג און ערקלערן אפען פאר די וועלט: איך בין גארנישט אנדערשט ווי אייך, איך האלט נאר אז איך בין נישט קיין שייגעץ וזהו!

נישט נאר די רעבעס מעג מען אראפטעיפן זייער טישן און פאטאגראפירן זייער לעכט צינדן, נאר א יעדער חסיד איז א וועלט פאר זיך על כל פנים פיל מער חשובער און ווערטפולער צו ווערן ווידיאגראפירט זייערע אויפטוען און מעלות מער ווי די רעבישע דיקטאטורן און זייערע בנשקלעך.

אט דעם ווידיא פראיעקט איז מחזק טויזענטע ערליכע אידן וואס האבן פחד און בושה זיך ארויסזאגן אפען וואס זיי האלטן צו זיי צייגן אז פונקט פארקערט עס איז בעסער איינמאל מען האט געבראכן די נארישע בושה.

אשי האט געפענט א בלאג מיט הונדערטע סיבות און תירוצים פארוואס איר זאלט זיך אנגארטעלן מיט חוצפה און שטארקייט ארויסגיין פאר די וועלט אז איר זענט אן אייגן מענטש. מיט אן אייגן דעת.

m http://itgetsbesser.tumblr.com/ m

דער דעד-ליין פאר'ן נעקסטן ווידיא איז אטאט

דער פריערדיגער ווידיא

m http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 3dQlz0LUAw m

איר קענט זיך פארבינדן מיט אים'ן אויף טוויטער
@2Bistheanswer

אדער אויף פעיסבוק m https://www.facebook.com/ushykatz m

אדער אויף אימעיל: e itgetsbesser@gmail.com e

ימלא ה' משאלות ליבכם לטובה!
דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:22 pm#2
Re: אל תתייאש: ס'ווערט בעסער ווידיא פראיעקט
די ווידיא איז א שטארקע מוסר השכל און איך בין זיכער אז דאס איז אין א וועג די נייטמעיר פון די פארשאלטענע עסטעבלישמענט. פאר יארן האקן זיי אין קאפ אז די אלע או טי די'ס זענען אויף דראגס און הארגענען זיך ווי פליגן. די ווידיאו באאסט די באבל אין זייער פנים אריין...