הויפט זייט » שמועסן » פאליטיק » סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן

סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #204
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:15 pm#1
סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
תמונה

ר' יוסף רוהט זיך אפ איצט אין פלארידע פון זיינע פארצווייגטע געשעפטן און עסקנותער אויף א בלאט גמרא...

די ארונים רופן אים יאשקעלע אלס די מסירות וואס ער האט אלע יארן אנגעגעבן קעגן אהרן און זיין טאטע דער ברך משה. און אויך ווייל ער האט אנגערופן דעם ברך משה ''כומעני'' אויף 60 מינוטס.... אבער אין סאטאר ביי די זאליס און בני יואל דאס רוב עולם איז ער אן היסטארישע הערויאישער קעמפער וואס האט זיך נישט געשראקן פון קיין פייערס שטיינער און שלעק און פאשקעווילן צענדליגע יארן אויף אים און זיין משפחה. ער האט באקעמפט דעם ארונישען פארטייאישן מאשין איינער אליינס.

תמונה

באקומט א ברכה פון הייליגן שארמאשער רב ר' יוליש מארגענשטארן א קיין איין טעראר פון די ארונים וועלן נישט טרעפן אין ציל, דערווייל איז דער ברכה מקוים געווארן מיט גרויסע ניסים לעבט ער נאך און לאכט אויף די ארונים אין די פויסטן...

תמונה

אויף די עלטערע יארן ווען דער ברך משה האט אראפגעווארפן ר' אהרנען פון הנהגת סאטמאר און געקרוינט ר' זאלמן דערשטאט האט ר' יוסל מוחל געווען דעם סאטמארן רבי'ן גייט אפילו ארויף צו זיין קבר מתפלל זיין צו ווייזן פאר די מלאכי חבלה זאלן שוין אויפהערן נקמה נעמען אין דעם סאטמאר'ן רבי וואס האט געזאגט אויף יוסל'ס קינדער אז זיי זענען ווערעמיג רח"ל...

תמונה

איינע פון די הונדערטע טעראר אטאקעס פון די ארונים אויף ר' יוסף אין זיין משפחה וואס האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט ווי אומבאלימפערט די ארונים זענען גארנישט האט נישט געטראפן אין ציל חסדי ה'!

אנדערש ווי היטלער וואס האט זיך גענומן א פיל און נישט דערלעבט זעהן ווי די וועלט באצאלט אים יושר און משפט האבן די ארונים יא א שטיקל זכות אז מנעמט נקמה אין זיי בשעת זיי לעבן נאך דער ר' אהרן איז נעבעך היינט א צרוע וזב קיין איין רבי וויל אים נישט אויפנעמען ער אנטלויפט נעבעך קיין קאליפארניע נישט קיין פלארידע ווי אלע רעביס. ווי אויך דער ראש הקהל זייערע דער ר' בערל פרידמאן וואס האט געהאלטן טאג און נאכט דרשות של דופי קעגן קאשוי רב ר' רפאל בלום זצוק"ל און געזאגט מיט אן ארוינישע עזות וטיפשות אויסגעמשיט אז ער ברויך צו זיין קאשוי רב ווייל ער איז אן אייניקל פון ר' שאול בראך איצט זאגט פאר ר' יוסלן אז ער האט חרטה אויף די אלע מסירות וערכאות וואס די ארונים רודפן די זאליס אין גויאישע געריכטן ער ערקלערט אז נאר יצחק ראזנבערג פון סערטיפייד לאמבער האט אינטערגעשריבן די גויאישע פעיפערס....

http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=XKkdr2QDC2E

צו סאיז אמת צו נישט לאז איך איבער פאר ר' יוסל אויפווייזן אבער איך פריי מיך אז ר' יוסל לאכט א גוטס ווי דער בערל פרידמאן בעט זיך נעבעך אז ער זאל אים נישט פרעגן און אים לאזן אויסלעבן זיינע עלטערע יארן במנוחה אין פלארידע. הלוואי זאל ער צוריקציען די אלע מסירות קעגן די זאליס ושלום על ישראל דערווייל איז נאך די קעמפס אין קארט ליידער.

אבער ר' יוסל לאכט אויף יעדן שטיין יעדן קללה פון די באזיגטע ארונים ברוך ה'! עוד ינובין בשיבה דשנים ורעננים.

שארמאשער רב'ס ברכה אז ווער עס וועט טוען פאר דעם רעבינס זאך וועט ער נישט שולדיג בלייבן ווערט מקוים פי כמה פאר ר' יוסל'ען שליט"א!
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:32 pm#2
Re: סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
דאס איז גארנישט קיין מופת פון ר' יואליש. ראטנבערג פון סקווירא ווען ער גייט ווען העלפן זיינע ברודער וואלט אויף אים אויך נישט שולט געווען די סקווירא רציחה. פארפאלן אין סאטאר האט מען מער געפיל פאר אן אנדערן איד.

מוה"ר ר' יוסף וואלדמאן שליט"א האט זיך מוסר נפש געווען פאר זיינע ברודער די בני יואל קהילה און געשתדלט פאר זיי פאר די וועלט ער האט זיי געהאלפן איבערלעבן למעלה מכוחותיו מיט מסירת נפש תמידית ממש.

מידה כנגד מידה, האט אים דער גוטער פאטער אין הימל ג-ט ברוך הוא דער קל רחים וחנון באצאלט מיט כפלי כפליים עשירות נחת און געזונט קיין עין הרע. און ועל כולם נקמה גענומען און צושטויסן זיינע רודפים די נארישע ארונימלעך.

ווי ס'שטייט גדולה נקמה אז דער הייליגער זיסער באשעפער באצאלט איינעם דערמיט מיינט דאס דער אולטימעטיווער הנאה פון באשאפונג ווי דוד המלך האט געזינגען ''פעמיו ירחץ בדם הרשע''. און ביי ר' יוסל איז דאס ווער האט געגלייבט מי פילל פארוויקלעכט געווארן במלוא הדרה ועוזה!

זעט דא ווי ר' יוסל טרייט אפווארפן די מסירות און רדיפות פון די ארונים אויף 60 מינונטס סי.בי.עס.

http://www.youtube.com/watch?v=R0q0apw585c

איך האב אין מיין קורצער לעבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא גבורת הנפש פון א איד פאר א צווייטן איד ווי ר' יוסל ער איז דער היינטיגער דור'ס לעבעדיגע ספר תורה וויאזוי מען דארף לעבן זיך הארגענען פאר אן אנדערן!

איך דאנק דעם הייליגען באשפער אז ער האט אים אפגעהיט בבריאות השלימות בגוף ובנפש צו אינספארירן די דורות ווייטער הבאים אחרינו מיר זאלן קענען ארויספרינטן א בילד פון ר' יאסל דער ידיד נפש כל חי וויאזוי אן ערליכער איד ברויך אויסזען!
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:25 pm#3
Re: סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
שכוח ר' יוליש פאר די 60 מינוטס קליפ דער רויטער דארטן איז מאיר ווערטהיימער דער ארויסגעבער פון המספיק גאזעט. סאיז דא א זיסער קליפ פון זיין ברודער ווי ער שפריצט מיטן פייער עקסטינגווישער בעצם יום טוב... די ארונים האבן נישט קיין שום הלכה קיין שום אידישקייט נאר אז זייער אהרוני מוז זיין פירער פון די וועלט... אה האב איך געלאכט א גוטס ווי זייערע טרוימען פון שלאגן און שטיל מאכן אלעמען ליגט טיף טייער אין צימעס...
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 1:07 pm#4
Re: סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
ר' יאסל איר שלאפט, פארוואס לאזט איר די ארונים בראש פון זייער רויטן מאיר ווערטהיימער שרייבן זייערע פאשקעווילן קעגן אידן אנליין אויפן אינטערנעט?! זע דא אז זיי גנב'ענן געלט פון די רעגירונג צו דרוקן א פראפעגאנדע צייטונג אויפן אינטערנעט פאר זייער המפסיק מוסדות ווי זיי צענזורירן הונדערטע המספיק איינגעשטעלטע אינגעלייט זען אייערע ווידיאס דורך ארונישע פילטערס געצווינגען אויף זייער סאלפאונס.

l viewtopic.php?f=23&t=216 l
זונטאג פעברואר 02, 2014 10:54 pm#5
Re: סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
I have always wondered whether NYS taxpayers are aware that their tax dollars are used for anti Zionist propaganda promulgated by the "Hapaspik Gazzette "...
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:44 pm#6
Re: סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
Guy כתב:I have always wondered whether NYS taxpayers are aware that their tax dollars are used for anti Zionist propaganda promulgated by the "Hapaspik Gazzette "...


sure they are! and the same is true about the Arab propaganda in Albany as it is well known
שבת פעברואר 15, 2014 11:09 pm#7
Re: סאטמאר פאליטיק: יאסל וואלדמאן ווידיאגראפירט בערל פרדימאן
Arab propaganda in Albany? How so?