מעמד הר סיני
די וואך איז די פרשה פון מתן תורה.
רש"י זאגט אונז פון דער ספרי אז די באשעפער איז ארום געגאנגען צו אלע פעלקער קודם צו פרעגן אויב זיי ווילן די תורה. האבן זיי געפרעגט וואס שטייט אין דעם, פאר די בני עשיו האט ער/זי גענטפערט לא תרצח. האבן זיי עס אפגעזאגט.
איז ער/זי געגאנגען צו די בני עמון און מואב, האבן זיי געפרעגט וואס שטייט אין דעם? האט ער/זי גענטפערט לא תנאף. האבן זיי עס אפגעזאגט.
איז ער/זי געגאנגען צו די בני ישמעאל, האבן זיי געפרעגט וואס שטייט אין דעם? האט ער/זי גענטפערט לא תגנוב. האבן זיי עס אפגעזאגט.
און אזוי ווייטער ביז ער/זי איז אנגעקומען צו די בני ישראל און זיי האבן גענטפערט נעשה ונשמע.
לויט דעם זענען מיר דען דער עם הנבחר? ער איז געגאנגען צו יעדער פאלק ביז אייינער האט געזאגט יא. נישט אז ער האט אויסגעוועלט איין פאלק.
אויב עפעס איז ער דער אלוהים הנבחר.
אנשטאט צוזאגן אתה בחרתנו מכל העמים דארף מען באמת זאגן אנחנו בחרתך מכל העמים!
אויך, מיט וועם האט ער זיך געטראפן פון יעדער פאלק?
איז דא א זכר אין היסטאריע פון די פירערס פון די אלע פעלקער וואס רעדט פון א פירער וואס גאט האט זיך באוויזן צו זיי פעדלען זיין תורה?