פרומע פירן דורך ראיאטן אין עטליכע שטעט אין א"י
אין עטליכע ספאנטאנע ווילדע דעמאנסטראציעס, וואס פרומע האבן דורכגעפירט אין די שטעט ירושלים, בני ברק, אשדוד און מודיעין עילית, האבן זיי געווארפן שטיינער און פלעשער אויף די פאליציי און פארביי פארנדע קארס.
בשעת די פראטעסטן זענען פארגעקומען האבן די פראטעסטירער אפגעהאלטן די פארקער, אין ירושלים ביים אריינגאנג פון שטאט קעגנאיבער די נאציאנאלע קאנווענשען צענטער, אין בני ברק האט מען געשטערט די טראפיק אויף צענטראלע שאסיי נומער 4.
די פאליציי האט מיט אסאך כוחות אריינגעלייגט צוריק צו ברענגען ארדענונג און לאזן פרידליכע קארס פארן אויף די געבלאקטע שאסייען.
זיי האבן ארעסטירט עטליכע פון די ראיאטירער. ברוך השם אן קיין געשעדיגטע פאר די געזעץ היטער פון די לאנד, די פאליציי.
היינט פרייטאג זענען א חלק פון די ארעסטירטע געברענגט געווארן פאר א ריכטער, פאר איינער האט דער ריכטער פארלענגערט זיין טורמע אורטייל.
די אלגעמיינע חרדי'שע פארטייען שטיצן נישט די פראטעסטן, די פראטעסטן זענען דורכגעפירט געווארן דורך די קנאי'שע עדה, מיט די ליטווישע אויערבאך פראקציע וואס טענהט אז זיי זענען קנאי'ש אבער זיי גייען צו די בחירות.
די טענה פאר די ראיאטן איז געווען, אז די פאליציי האט ארעסטירט איינעם וואס האט זיך נישט איינגעמאלדן פאר די מיליטער, דעריבער האט ער א געזעצליכע סטאטוס פון א דעזערטירער. דער איינער וואס האט לכאורה געלערנט אין ישיבה, איז געכאפט געווארן דורכאויס א רוטינע ראודבלאק פון די פאליציי, אונטערצוזוכן געזעץ פארלעצער, דער ארעסטירטער האט געדרייווט א קאר, זייענדיג אינאיינעם מיט נאך חברים, אן קיין לייסענס. די פאליציי האט אים ארעסטירט פאר דעם, דערנאך האבן זיי אויסגעפונען אז ער איז א דעזערטירער אויך.