די זינד און די שטראף
בס"ד
דער טאג האט זיך אנגעפאנגען אזוי ווי יעדן פרימארגן, אין די לעצטיגע תקופה.
חזקי איז אויפגעשטאנען 6 אזייגער. ווי זיין געווענליכע שטייגער, גענומען א שנעלע שאווער, (אין מקווה פלעג ער בלויז גיין ערב שבת, אדער א טאג וואס ער איז טאקע טמא געוועזן) און זיך אריינגעאיילט אין ביהמ"ד צו דאווענען שחרית.
תיכף נאך שחרית, האט ער זיך ארויסגעיאגט צום געשעפט. געקויפט א ברויט. מילך. און יאגורט, פאר זיין פרוי. אויפן וועג אהיים האבן זיך די קראצערייען אנגעפאנגען. פונקט האט א מאסיווע מיסט-אויטא נארוואס אויסגעוועלט אויפצונעמען די גארביטש אויף זיין גאס און דייקא מיט א ספעציעלע געלאסנקייט וואס האט אים ממש ארויסגענימען פון די גלייזן. די אויטא פארנט פון אים וואס האט געפיפן אהן קיין אפשטעל האט נאר אזויפיהל אויפגעטוהן, אז די אנגעזעצטע שטאטישע מיסט-רייניגער זאלן ארבעטן נאכמער פאמעליכער.
דא ווייטער איז א חדר-באס געבליבן שטעקן אינמיטן שטראז, הינטער א גראבע אויטא וואס האט דאפלט-פארקירט. חזקי האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע צוואנגען נישט צו פייפן וויבאלד דער רוסקי אינבעק פון אים, האט דאס שוין עקספערימענטירט, און ס'האט נישט אויסגעזעהן ווי עמיצער זאל האבן געלייגט אויף אים צופיהל געוויכט.
מצד שני, איז ער אבער שוין הינטערשטעליג געווען פון זיין סקעדזשול מיט א גוטע 25 מינוט. אינצווישן האט גולדי אריינגערופן שרייען אז זי מוז לויפן מיט די קינדער'לעך צום באס, און גלייך דערויף פליען צום ארבעט, און אייגנטליך, וויפיהל עס זאל אים נישט אנגיין, איז פארט היינט זיין צענטע חתונה-יארטאג און איר געשריי וואס האט זיך ארויסגעהערט פון דעם טעלעפאון אפאראט האט אים דערמאנט וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן
חזקי איז געווען הויכע דארע בחור, א זיס קינד, פון א טיפישע בני ברק'ע שטוב – וואס האט אנגעהערט צו א היימישע חסידישע קרייז. א קליינטשיג בערדל האט באצירט דאס גאמבע זיינע. און די פאות זענען אים געליגן פארוויקלט אינטער די אויערן. בעשטומ"צ איז ער א חתן געווארן צו גאלדי.
געזעהן האט ער זי, צוויי מאל; דאס ערשטע מאל ביי אירע עלטערן אינדערהיים, א שעה נאכן לאנדן; און נאכדעם ווידעראמאהל ביים זיידנ'ס הויז, וואו נאך ארום א האלבע שטונדע, זענען אלע אריינגעקומען און אים געוואונטשן "מזל טוב".
ס'האט אים גענומען א מינוט צו רעאליזירן, אז ער איז אקארשט א חתן געווארן צו זיין געוואלדיגע גוטן מזל, און נאך א צענדליג יאהר איינצוזעהן, אז מ'האט אים דאן מיט חכמה און כיטרישקייט אריינגענארט און א שטייג, פון וואו קיין וועג ארויס איז שוין מער נישט פארהאנען.
דאמאלטס אינעם זיידנ'ס דירה - ווען אלע קרובים און חברים זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט זיין שמחה מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט – האט ער געוואוסט איין זאך – "דער כלה גאלדי, איז א שיינע מיידל," און אפילו א ספעציעלע שיינע. אפילו כאטשיג טאקע, דער אופן וויאזוי זי האט זיך אנגעקליידעט -- צודעקנדיג יעדע'ס שטיקל צענטימעטער פלייש; פון אויבן, אונטן, אדער הענט, -- האט נישט ערמעגליכט במילא צופיהל צוזעהן, פונדעסטוועגן, וואס ער האט געזעהן איז געווען, 'וואונדערליך' און האט עדות געזאגט אויף דאס פארבארגענע וואס ליגט נאך באהאלטן אין איר. א צורה פון א מלאך'ל. זי האט פארמאגט לאנגע שיינע בלאנדע האר לאקן, גלאנציגע הויט געפארבט מיט א איילבירט-קאליר און פון איר פנים האבן ארויסגעבליקט צוויי שיינע בלויע אויגן.
נאך די צוויי צוזאמענטרעפן וואס האבן באטראפן גענוי א שטונדע אויפ'ן זייגער, האט ער ניטאמאל געדענקט פונוואס מ'האט געשמועסט, און וואס, אדער אויב, זי האט בכלל געענטפערט אויף די צוויי איינציגסטע גורל'דיגע פראגן, וואס ער האט איר געשטעלט, וואו מ'וועט וואוינען? און וואס איז איר פלאַן צום לעבן?..
עס זענען פארריבער 3 מאנאטן, אין וועלכע חזקי האט נישט אויפגעהערט צו פאנטאזירן זיך, און אויסמשל'ען זיך אין געדאנק זיין 'גאלדי' – מיט – אדער אהן קליידער. ער האט זיך געדמיונ'ט ווי געטריי און ווארים זי וועט זיין צו זייערע צוקונפטיגע קינדער, און וואספארא געשמאקע לוסטיגע לעבן זיי וועלן האבן צוזאמען.
איין נאכט זענען זיינע עלטערן אפגעפארן צו א 'בר מצווה' און חזקי האט זיך ממש נישט געקענט צוריקהאלטן און געטוהן א געוואגטע שריט, נעמליך, 'איר טעלעפאנירט' טראץ דער הארבער איסור דערצו. צו זיין מזל, האט זי געענטפערט די טעלעפאן, אבער ווי שרעקליך אנטוישט איז ער געווארן, הערנדיג איר שטרענגע שטימע:
"ווער איז דאס"...?
"איך" האט חזקי געזאגט.
און זי האט תיכף אראפגעשמיסן דעם טרייבל אויף'ן הענגער.
הייב שוין אויף דיין טעלעפאן. הייב שוין אויף דיין טעלעפאן..... האט זיך חזקי'ס סעלפאון צוזינגען, איבערהאקנדיג דאס שנירל פון זיינע געדאנקען. און ברענגענדיג א ענדע צו די בייסנדע מחשבות איבער 'אים און גאלדי' וואס, ווי איראניש עס הערט זיך, טוט איר נאמען באדייטן פאר אים, בלויז דאס פונקט פארקערטע פון 'גאלד'
'גיטי' זיין סעקרעטערי אין די קאמפאני וואו ער ארבעט, איז געווען אויף די ליין.
חזקי, האט געארבעט פאר א פירמע וואס שטעלט צו 'טינט פאר פרינטינג פירמע'ס. מיט די צייט האט ער זיך ארויפגעדראפעט, אנקומענדיג צו די שטעלע פון קאמפאני-דירעקטאר. אזוי ווייט, אז די פאקטישע בעלי בתים זענען כמעט נישט וואס אריינגעטרעטן, זיך פארלאזנדיג אויף אים בלינדערהייט.
אין אנהויב, פלעג ער נעמען דעם באַן יעדן צומארגנס צו דאונטאון ברוקלין, צוואנציג מינוט, שטייענדיג ווי א צודריקטע סארדין, מיט שווארצע און היפי'ס צוקוועטשט. ויהי היום האט ער מחליט געווען זיך איינצוהאנדלן א קאר, מיט'ן רעכענונג אז אויב גיטי, און די אקאונטענט'קע פון זיין אפיס, צוזאמען מיט נאך פינף פון די דערנעבנדיגע שכינת'דיגע אפיס, וואס וואוינען אויך אין ב"פ, וועלן מיטקומען מיט אים; און דערביי אנטייל נעמען אין די הוצאות, דורכ'ן זיך משתתף זיין מיט א באשטימטע אפצאל, וועט ער אזוי ארום קענען דעקן די 'ליסינג'
ער האט עס איבערגערעדט מיט זיין ארבעטס-געבער, דער לעצטער האט זיך געפרייט צוהערן אז זיינע ארבעטער וועלן זיין פונקטליכער אין צייט, און אין די זעלבע צייט שפארן געלט. און דער שכינות'דיגע בעה"ב, מיט וועמען'ס ארבעטער חזקי האט געפלאנט צו מאכן די נסיעות, האט אפ' וויליג פארגעשלאגן אויסצובארגן דעם דעפאזיט...
ווי נאר חזקי האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן האט גיטי אויף די ליין, אנגעהויבן זיך בייזערן, הלמאי זי, און די איבירגע פרויען ווארטן שוין צען מינוט אין די פרעסטיגע שניידנדע ניו יארקער קעלט, און פון אים איז נאך קיין זכר נישטא?... חזקי, טראץ דאס אלעס. האט ער אבער זייער נישט געוואלט יעצט אויפרעגן זיין ווייב, האט ער א זאג געטוהן פאר גיטי:
"קוק איך בין יעצט אין טרעפיק, ס'וועט מיר נעמען לכה"פ נאך א 10, 15 מינוט אנצוקומען צו ענק. בעהט זיי איבער אין מיין נאמען, און זאג זיי אז כ'האב פארשפעטיגט אביסל."
נאך עטליכע מינוט האט גיטי צוריקגערופן און אים איינגעמאלדן אז זיי ווילן נישט ווארטן, און זיי נעמען א טעקסי.
חזקי: "אקעי איך וועל באצאלן דערפאר פון מיין אייגן קעשענע"
מיט איין אטעם איז חזקי ארויפגעלאפן די שטיגן וואס פירן צו זיין הויז, איבערהיפנדיג די טרעפן, צווייי.. צוויי.. און בלויז כדי אנצוטרעפן זיין ווייב ביי די טיהר, איבערנעמענדיג די מילך פון זיינע הענט, אהן אפ' ארויסזאגן א יישר כח...
אריינזעצנדיג זיך צוריק אין קאר, האט די טעלעפאן זיינע זיך צוקלונגען, מיט א אומבאקאנטן נומער ערשיינענדיג אויפ'ן ID,
חזקי: העלאוי?
חני: יא! דאס איז חני.
חני איז געווען איינע פון די ארבעטארערינס פון די דערנעבנדיגע אפיס אין זיין בנין. א חסידישע ווייבל, א איינפאכע איידעלע באנעמונג, אבער זייער צוזאמגענומען און עלעגאנט אנגעטוהן. זי האט שטענדיג געטראגן מער פשוטע קליידונג, אבער מעגליך אז ס'איז נישט געווען די קליידער וואס האבן וועמען אנגערייצט, נאר איר בליק אדער איר קערפער, פון וואו די פרויערישע איברים האבן ארויסגעשטאַרט. דאס איז ווארשיינליך געווען, דאס וואס האט איר געמאכט אויסקוקן אזוי סעקסי און רייצליך, אפילו אין א איינפאכע פשוטע בלוזקע און סקוירט..
די טעגליכע קאמוניקאציע צווישן די צוויי – אויב האט זיך עס אויסגעפעהלט – איז געווענליך דורכגעפירט געווארן דורך גיטי, וואס איז געווען ווי דער פארמיטלער צווישן די צוויי. דאך האט זיך אים שטענדיג געדוכט, אז חני שענקט אים באדייטנדפולע בליקן און קוקט אים שטענדיג אן מיט א באזונדערע מיינונגספולע קוק.
אבער וואס ס'האט אים פאר אן אמת געשאפן הארץ-צאפעלנישן און צוגעברענגט ער זאל רויט ווערן אין פארגעלעגנהייט, איז געווען ווען איינמאל האט זי אנשטאט באצאלן גיטי'ן דעם מאנטאליכן סכום, - פאר די רייזעס – עס אים געגיבן דירעקט אין די הענט אריין, און בשעת'ן עס אריינלייגן אין זיינע הענט, האט זי זיכער געמאכט, צו פארזוימען 'דאס אנרירן זיך די הענט' פאר א עקסטערע סעקונדע לענגער. ער איז געווען זיכער אז יעדער האט דאס באמערקט, און גיך אוועקגעדרייט זיין פנים צו א אנדערע ריכטונג. פון דאן איז אריבער א חודש כמעט, און די צוויי האבן נישט אויסגעטוישט קיין ווארט
חזקי: וואס האט פאסירט?
חני: איך האב באקומען דיין מעסידזש, אבער איך האב אויך געשפעטיגט. איז מעגליך, איך זאל קומען מיט דיר?
חזקי: אקעי, וואס איז דיין אדרעס? ווארט אונטן, און איך קום דיך שוין אויפפיקן..
מיט האסטיגע הארץ קלאפענישן, איז חזקי געפארן, צו א רייזע וואס וועט טוישן זיין לעבן אויף שטענדיג, ווען ער זאל דעמאלטס וויסן וואס ס'וועט פאסירן, וואלט ער ווען גערן מוחל געווען אויף זיינע הארץ פלאטערנישן און גלוסטענישן. ער וואלט מיט'ן גאנצן הארץ פארציכטעט, אויף זיינע ליבינקע-טרוימען צו וואס ער האט אזוי געשטרעבט, זינט ער האט אנגעהויבן לייענען די רומאנטישע ביכער פון דניאל סטייל און זיינס גלייכן.
אנקומענדיג האט ער שוין געזעהן חני אים אפווארטן אונטן, חני, ווי שטענדיג, האט אויסגעקוקט זייער סעקסי, מיט א סוועדער וואס האט געמאכט אירע גרויסע דדים ארויסשטארן אויף א דערקענבארע פארעם. א טייטע קורצע סקוירט, און הויכע שטיוול ביז די קניען.
חזקי האט זיך אפגעשטעלט נעבן איר הויז, אויסשטרעקנדיג זיך בשעת מעשה צו די אינטערשטע זיץ, בכדי צו עפענען די טיהר פאר איר. צו זיין סופרייז, האט חני געעפנט די פארדערשטע טיר, און זיך אריינגעזעצט אינפארנט, מיט א נאטורליכע מינע אויפ'ן געזיכט, זאגענדיג, "איך האף אז ס'איז אקעי, איך האב נישט ליב צו זיצן אינבעק." געווענליך פלעגט גיטי זיין סעקרעטערי, זיצן פארנט, ווייל ס'איז נישט געווען פלאץ פאר יעדעם פון הינטן.
אבער איצט ארומצופארן אין די ב"פ גאסן מיט אזא איינעם ווי 'חני' אין פארנט, "מה יאמרו הברויות"?
ווי זי זאל ווען האבן געלייענט זיינע מחשבות, האט חני א זאג געטוהן:
"ווער דארף וויסן אז די סיט'ס אינבעק זענען ליידיג? האסט דאך טונקעלע פענסטער, איז פאר נאטורליך און פארטיג..!"
חזקי איז געווארן רויט ווי א געצייטיגטע טאמאטע. ער האט זיך אונטערגעגעב;. געסטאַרט די קאר, און אנגעצונדן די ראדיא – 880, כדי צו צעברעכן איביסל די שווייגעניש.
חני: "האסט נישט עפעס מער קלאסיש"?
חזקי: כ'האב געוואלט הערן צו ס'איז נישט דא עפעס טרעפיק. לויט וויזוי מיין טאג איז ביזדערווייל געגאנגען, וועלן מיר האבן א עקסידענט ערגעצוואו אויפ'ן וועג, און מיר וועלן נישט קענען פארן - מער ווי 8 מייל א שעה...
חני: "דו ווייסט וואס, דיין טאג קוקט גראדע נישט אויס צוזיין אזוי שלעכט. זעהסט? איך בין דא, דו ביסט דא.... "און נאכמער," לייגט זי צי, "אביסל צופרי-טרעפיק דוקא, וואלט נישט געשאדט יעצט..., האט זי אויסגעפירט מיט א וואונק וואס האט געמיינט עפעס טיפערס.
אהן פרעגן האט חני אויסגעשטרעקט אירע הענט צו די ראדיא, און אנגעהויבן שפיהלן דערמיט, עס אריבערפירנדיג צו 97.8 . 'סאלין דיאון'ס שטימע האט אפגעהילכט אינעם אויטא מיט איר פיהלן שטארקייט און נעימות, זינגענדיג איר הערליכן ניגון וואס שפיהלט אויף "טיטאניק". "יעדע נאכט זעה איך דיך, שפיר איך דיך"
חזקי האט פרובירט נישט צופיהל אריינצוטראכטן אין די ווערטער פונעם ניגון, און זאגט פאר חני, "טוה אן די 'סיט-בעלט', דא ארויפציהר זענען אייביג דא פאליציי וואס שטעלן אפ פאר'ן נישט אנהאבן קיין סיבעלט."
חני: אקעי, א רגע נאר," זי פאנגט אהן ארומצושפיהלן מיט די סיט-בעלט וואס האט זיך ערגעצווואו מכלומר'שט פארהאנקערט.
חני: קענסט מיך פליז העלפן?
חזקי: "יא. געב מיר א סעקנט, ביי די נעקסטע לייט! " אנקומענדיג צום קומנדיגן טרעפיק לייט, האט ער זיך א דריי אריין געגעבן אין א פארקינג-לאַט, פונקט ווען סאלין האט געהאלטן ביי די ווערטער, "נאנט און ווייט, וואו דו ביסט, גלייב איך אז דו הארץ גייט אהן," חזקי האט זיך איבערגעבויגן, פרובירנדיג אין די זעלבע צייט, נישט אנצורירן חני, וואס איז זיך געזעסן ווי כאילו גארנישט, בכלל נישט צוהעלפענדיג זיינע באמיהונגען צו טרעפן די זיכערהייטס-גארטל. זי איז געזיצן גלייכגליטיג, לאזנדיג חזקי זיך אריבערבייגן איבער אירע האלבע קערפער, כדי צו טרעפן די סיט-בעלט, אזוי עס אריבערצושלעפן צוריק כדי צו אריינקליקן אין דעם פארלאנגטן ארט.
אבער ווי נאר חזקי האט אריבערגעשלעפט די סיטבעלט איבער אירע שטייפע ארויסשפראצענדיגע ברוסטן, איז אומוועלענדיג א פאררעטעריש מחשבה'לע אריינגעפלויגן צו חזקי'ן אין קאפ, "אוי מיי גאד, אזוי גרויס זענען אירע ניפל'ס? גאט זאל אפהיטן! וואההה...."
אינגאנצן דערשראקן, און פארלוירן, ארבעטנדיג צו שנעל זיך צו קענען קאנטראלירן, האט חזקי געשפירט ווי זיין גאנצע קערפער טרייסלט, און גיבענדיג א שנעלע בליק אויף חני, האט ער באמערקט ווי זי קוקט אויף דירעקט אויף אים, נאכדעם אויף זיין הויזן, און דערנאך צוריק אויף עם.... און זי רופט זיך אן צו אים:
"וואהה., שוין די צווייטע מאל, וואס איך האב דיך געמאכט בלאשן היינט, און אבי דו זאגסט, אז דיין טאג גייט דיך שלעכט היינט..."
חזקי האט עפעס ארויסגעמורמלט אומקלאר, און זיך דערפרייט, צו די פייפערייען פון די קארן הינטער עם, וואס האבן אים דערמאנט אז ס'איז שוין גרין געווארן, און אים באפרייט פון דער אומאנגענעמע סיטואציע, אן וואס ער האט זיך געפינען
ער הויבט אן פארן, קוקנדיג בלויז אויפ'ן ראוד, ווען זיין סעלפאון צופייפט זיך ווידער מיט א לידל, דאסמאל זיין בעה"ב. חזקי האט גענידערט די וואליום פון סאלין, און זיך אנטשולדיגט פאר זיין באלעבאס פאר זיין פארשפעטיגונג, פארשפרעכנדיג אז ער קומט אט אן, ביז פינף מינוט; תוך כדי וואס חני אין די זייט, דריקט אויס א מינע פון אומצופרידנהייט.