הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » היסטאריע » היינט אין דער היסטאריע.

היינט אין דער היסטאריע.

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #368
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יוני 30, 2015 1:43 pm#1
Re: היינט אין דער היסטאריע.
אויפן היינטיגע דאטע, 30 אום יוני 1924, איז אומגעקומען יעקב ישראל דע האן, א איד פון האלאנד א יורידיסט, זשורנאליסט, פאעט און שרייבער אויפן האלאנדישן שפראך. דע האן האט אנגעהערט דעם ציוניסטישן באוועגונג און אונטער זייער איינפלוס געקומען קיין ארץ ישראל, דארט איז ער געווארן א בעל תשובה און איז געווארן א טייל פון קנאים.
זיין מארד און אומקום ווערט באטראכט אלס דער ערשטער פאליטישער מארד אין די מאדערנע געשיכטע פון אידן אין ארץ ישראל.
נאך זיין אנקום קיין ארץ ישראל, האט ער אנגעבאטן זיין קאנדידאטור פאר עטליכע סארט ארבעט אין די סוכנות, פאר די העברעאישע אוניווערסיטעט, אויך האט ער פארגעשלאגן פאר די נעדערלענדישע מלוכה צו דינען אלס קאנסול פון זייער לאנד אין ארץ ישראל. אלע האבן זיך אומוויסנדיג געמאכט פון זיינע פארשלאגן, און הער דע האן איז פארבליבן אן ארבעט, שטארק פארביטערט האט הרב זאנענפעלד אים מקרב געווען און ער איז געווארן ווארטזאגער און פאליטישער פארטרעטער פון די פרומע עדה החרדית באוועגונג.

דורכאויס זיינע יארן אין ירושלים, וואס ער האט באהאלטן פון זיינע פרומע פריינט, האט ער געהאט סעקסועל באציאונגען מיט יוגענטליכע אראבער, מענער, זיין ליבע צו מענער האט ער געשריבן אין א בוך מיט פאעמעס וועלכע איז געדרוקט געווארן הארט איידער זיין טויט אין האלאנד.
קיינמאל איז ניט קלאר געווארן ווער איז געווען דער וואס האט געשאסן, און ווער האט פארארדענט דעם מארד, אין ארץ ישראל אין יענע פעריאד זענען געווען עטליכע באוואפנטע ציוניסטישע באנדעס, איינס גערופן דער אדעסער כונטע, אדער דיסידענטן פון די הגנה.

היינט איז דע האן פארעכנט צווישן די עקסטרעמיסטן פון די עדה קרייזן, אלס גיבור און א קדוש, צווישן די אגודה האלט מען זיך אפ פון רעדן איבער אים צוליב זיינע האמאסעקסועלע נויגונגען.
צווישן די געי גרופעס אין מדינת ישראל און אין האלאנד, ווערן זיינע פאעמעס און לידער שטארק באנוצט, און ער זעלבסט ווערט געזען אלס הערא, אפילו ער איז אומגעקומען אין א פאליטישע מארד און נישט צוליב זיינע נויגונגען, מיט דעם אלעם, איז זיין נויגונגען געווען א מערקבארע און באוויסטע זאך, וואס האט מתיר געווען זיין בלוט.
א גרויסע חלק פון זיינע שרייבערישע ווערק זענען געווידמעט איבער האמאסעקסואליזם.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:07 pm#2
Re: היינט אין דער היסטאריע.
יאנואר 11

1569 - דער ערשטער רעקארדיהרטער "לאטערי" וועהרט געשפיהלט אין "ענגלאנד"
1759 - די ערשטע אמעריקאנע "לייף אינשורענס" פירמע וועהרט געגרינדעט אין "פילאדעלפיע"
1920 - "ראמעניע" אנעקסיהרט "טראנסילוואניע\זיבנבערגן" פון "אונגארן"
1942 - "יאפאן" דערקלעהרט קריעג קעיגן "האלאנד"
1972 - "מזרח פאקיסטאן" טוישט זיך נאמען צו "בענגלאדעש"
דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 4:28 pm#3
Re: היינט אין דער היסטאריע.
פעברואר 11

660 לפנה"ס - דאס לאנד יאַפּאַן וועהרט געגרינדעט. (שטייצעך מ'קען דאס נישט איבערווייזן פאר זיכער, ס'נאר אזוי אנגענומען)
1720 - "שוועהדן" און "פרייסן" (א היסטאריש קעיניגלעך לאנד וואס עקזיסטיהרט שוין נישט היינט), שרייבן אונטער א שלום-אפמאך
1978 - כינע נעמט אראפ די צענזור אויף די ווערק פון "אריסטו", "שעיקספיער" און "טשארלס דיקנס"
1979 - אייאטעלע "כומעיני" פיהרט דורך די רעוואלוציע אין "איראן" מאכנדיג איהר פאר אן "איסלאמישער רעפובליק"
1990 - "נעלסאן מאנדעלע" וועהרט באפרייט פון תפיסה וואו ער איז אפגעזיצן לאנגע יאהרן אלס פאליטישער ארעסטאנט
פרייטאג פעברואר 26, 2016 10:17 am#4
Re: היינט אין דער היסטאריע.
פעברואר 25 15', די אינטערנעט דרייט זיך איבער מיט "די קלייד", א קלייד פון א פרוי וועלכע האט אין איין בילד אויסגעזעהן בלוי און שווארץ, און אין א צווייטע בילד ווייס און גאלד.

150226_SLATEST_TheDress-proof590.jpg.CROP.promo-mediumlarge.jpg
150226_SLATEST_TheDress-proof590.jpg.CROP.promo-mediumlarge.jpg (206.51 KiB) נצפה 118 פעמים


איין מינוט, וועלכע קאליר איז עס טאקע?...
שבת פעברואר 27, 2016 1:35 pm#5
Re: היינט אין דער היסטאריע.
דעם 25 פון פעברואר, ווערט אפגעהאלטן דעם יארטאג פון ערשטע טעראר אטאקע אין צווילינג טורעם 1 פון יאר 1993, ווען א באמבע האט אויפגעריסן אין פארקיר ארט אונטערן געביידע.
די אויטא באמבע האט אומגעברענגט זעקס און געשעדיקט אריבער טויזענט צוליב כעמישע באשטאנדטיילן אינעם באמבע, וועלכע האבן געשעדיקט דעם ווענטילאציע אינעם געביידע און ארויף ביז די ניינציקע שטאקן, האט פאראורזאכט קורצשלוסן אין דרום ניו יארק, זענדונגען פון טעלעקאמיוניקאציע זיינען אויך איבערגעהאקט געווארן אינעם אטאקע.
איינער פון דע טעראריסטן האבן מעיד געווען, אז דער אנדערער פלאן אויב ניט דער באמבע אין צווילינג טורעם וואלט געווען אין וויליאמסבורג געגנט אין ברוקלין, איינער פון די צענטערן אין אידישן אמעריקע.
רוב טעראריסטן זיינען געכאפט און פאראורטיילט צו לאנגע טורמע טערמינען.
שבת מערץ 05, 2016 3:03 pm#6
Re: היינט אין דער היסטאריע.
מערץ 5

1824 - די "פאראיינגטע קעיניגרייך" רופט אויס קריעג קעיגן "בורמע\מיאנמאר"
1918 - "מאסקווע" וועהרט באשטימט אלס הויפט-שטאהדט פון "סאוויעט-רוסלאנד" אנשטאט "פּעטערבורג"
1933 - די נאצישע פארטיי אין "דייטשלאנד" געווינט 44 פראצענט פון די שטימען
1933 - פרעזידענט "רוזוועלט" דערקלעהרט א "באנק חגא" אין רעאקציע צו די "גרויסע דעפּרעסיע" צושטאנד
2003 - די "פאראייניגטע שטאטן" איז מחליט ארויסצוגיין אין קריעג מיט "איראק"
2012 - די "קאָוני 2012" וודיאו וועהרט ארויפגעלייגט אויף "יו-טוב" דורך די "אומזעהבארע קינדער" אָרגאַניזאַציע

געשטארבן

1953 - דזשאסעף סטאלין

כה אדר א

ה'תרס"ב - די מזרחי וועהרט געגרינדעט

געבוירן

ה'תרס"א - הרבנית חיה מושקע שניאורסאן, ווייב פון רבי מנחם מענדל פון ליובאוויטש

געשטארבן

ה'תשס"ג - רבי ישראל יעקב פישער פון די עדה החרדית אין ירושלים