Re: קורצע נייעס איבער ספארט
מומר לתיאבון כתב:ביתר ירושלים האט געליטן היינט א נידערלאגע ביים שפילן קעגן די גרופע פון די שטאט שארלרוהע פון בעלגיע.
די שפיל האט זיך אנגעהויבן מיט אנטיסעמיטישע באמערקונגען און נאצי סאלוטן פון אנטיסעמיטן אינעם בעלגישן לאגער. די טריבונעס פון די ביתר זייט איז נישט שולדיג געבליבן און באווארפן די פעלד מיט רויעך באמבעס וועלכע האבן אפגעשטעלט די שפיל פאר עטליכע מינוט.
עטליכע פון די ביתר ספארטלער זענען ארויסגעווארפן געווארן נאך אינמיטן די שפיל, א טייל זענען געטוישט געווארן און ביתר האט געענדיגט די שפיל מיט עלף ספארטלער אויפן פעלד אנשטאט די געווענליכע עלף.
צום ענדע פונעם שפיל איז דער גאוליסט פונעם בעלגישן גרופע פארוואונדעט געווארן פון זאכן וואס זענען געווארפן געווארן אויף אים דורך ביתר ספארט פענס.
די בעלגישע גרופע האט געענדיגט מיט א שטארקע זיג פון פינעף קעגן איינס, און סאיז ערווארטעט אז פיפא, ווער עס איבערזיכט די אינטערנאציאנאלע סאקער ספארט, וועט שטארק באשטראפן ביתר פאר זייער ווילדע און אגרעסיווע אויפפירונג.
אין מדינת ישראל האט די ספארטס ליגע, די ספארטס און קולטור מיניסטער פרוי מירי רגב און נאך אנדערע, פארדאמט די ביר פען גרופעס.
ביתר ווערט באשולדיגט צו זיין ראסיסטיש, און זייערע פענס ווערן באשולדיגט אין זיין פארמישט אין אסאך געוואלדטאטן אינעם פארגאנגענהייט.
דאס איז א מערקווירדיגע נייעס וואס מ'ברויך גרונטלעכער אדורכטוהן
נאצי סאלוט פון אן אפיציהלע בעלגישע טיעם? נאכדערצו אין ישראל? מיט וואס איז ביתר ראסיסטיש? וואו זענען געוועהן די זיכערהייטס וועכטער?
עפעס פעהלט דא