הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים האפן

ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים האפן

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #401
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יולי 01, 2014 1:55 pm#1
ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים האפן
מען איז שוין נמאס פון הערן און לייענען נאכאנאנד ווי פאלש אידישקייט איז אין אונזערע קאמיוניטיס. מען וויל זען טשעינדזש. די בלאגס און פארומס יאווען זיך אין די מאסן, די שמועסן צווישן די אינגעלייט ווערן מער און מער מגושם, אפילו באלעבאטים טרויען זיך צו שטעלן אין פראגע צייכן זייערע א פסק פון זייער רב אדער דיין. די אפשיי צו די צימערמאן קליקעס ודומיהן קען מען שפירן אין די לופטן צווישן די "נארמאלען" עולם. מ'איז שוין מיד פון די אלע נייע פירצות פארשרייעונגען און פרישע תקנות וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן מיט וואסאַ וואך שפעטער. יעדער פרעגט זיך, "ווער וועט אונז באפרייען פון דעם יאך אין וועלכן מיר זיצן איינגעשפארט?" עס וויל אבער קיינער נישט זיין דער נחשון. עס האט קיינער נישט די דרייסט ארויסצוקומען ברבים און צוריקשפייען די רבנים המשתלטים על הציבור, אין פנים אריין. און אז ס'איז שוין יא דא עמיצער וואס איז גרייט דערפאר, האט ער נישט די יכלותן. אז עס ס'געפונט זיך שוין יא א בר הכי - א עסקן - וואס זאל האבן די קוראזש אונטערצונעמען די ארבעט פון צוזאמענעמען חתימות פון עלטערן פאר א נייע מוסד -- וואו ס'וועט נישט הערשן קיין יחסנות און וואו מ'וועט מער נישט דזשאדזשן קיין מענטשן לפי זייער אידישקייט ע"פ תורת ח"ס און וואו עדיוקעישן וועט זיין אויף א גענוג הויכע לעוול צו ערמעגליכן דאס קינד אריינצוגיין אין קאלידזש -- איז אבער נישטא דער עושר וואס זאל אינטרעסירט זיין צו שטיצן אזא ציהל. און גערעכט איז ער דער עושר. אז ער האט געלט אליין צוקענען דורכשמוגלען זיך מיט אלעמען דורכ'ן שמירן ווי מען ברויך אין די הויכע קהילה פענצטער, און אמאל נאך מאכן געלט אויף די ארימע בני הקהילה זעלבסט, דאן וואס גייט אים אן וואס זיינע ברודער ליידן? און די סיבה איז פשוט, ווייל ער ער וויל זיך נישט צעהארגענען מיט די משפחה און חבירים. איז במילא אצינד ווייטער נישטא קיין חילוק צווישן אים און דער פריער דערמאנטן בר הכי. און לאמיר זיך נישט נארן, נישט נאר איין בר הכי פארלאנגט זיך פאר אזא עבודה. מ'דארף א חבורה פון שטארקע איקסלען און מענטשן וואס זענען גרייט צו פארלירן זייער גאנצע סופארט בעקגראונד אין ארדער אז אזאנס זאל צושטאנד קומען. אבער קיינער וועט נישט לייקענען אז אזא חבורה איז פארהאן. די פולע פארומים און גרופעס, פעיסבוק און טוויטערס, זענען עדות צו א שיינער עולם וואס געפונען זיך ביי דעם מיינונג.

איז וואס טוען אלע? מ'באהאלט זיך אונטער די שלייער פון אנאנימיטי און אויף די אינטערנעט שימפט מען און מ'שעלט צוזאם על כל הקודש לנו. קיינער איז נישט גרייט צו ליידן דאס וואס ס'פעלט זיך אויס כדי אז מען זאל מצליח זיין -- אפילו צו קענען טראכטן -- פון אנהויבן איבערצוטוישן די אויסזען פון אונזער פארדארבענע ראדיקאלע לערע אידישקייט. וואו זענען די היראוס? וואו זענען די וואס האבן נישט מורא צו גיין אנטקעגן די שטראם? וואו זענען די וואס זאלן גרייט זיין אוועקצוווארפן זייער מנוחת החיים, צעשלאגן זיך מיט די גאנצע וועלט, אזוי אז אונזערע קינדער זאלן באקומען בעסערע עדיוקעישן, האבן בעסערע שידוכים, און א רעלאטיווילי בעסערע קוואליטעט לעבן? וואו זענען די געוואלדיגע חכמים און אדורכגעטראכטע מענטשן וואס זוכן אזוי שטארק די וואוילזיין פונעם יחיד?

אהה, אוודאי זענען דא אזעלכע. אבער זיי האבן שוין לאנג כפרות געשלאגן מיט דעם סיסטעם. זיי האבן געזען מיט וועמען עס האנדלט זיך דא האבן זיי מחליט געווען, אנשטאט צו זיצן און ווארטן ביז מיר אלע וועלן זיך אויפוועקן, וועלן זיי תיכף אויפהייבן זיך און אונז איבערלאזן אויף גאט'ס בעראט. דא זיצן מיר און שרייען ארויס פון בור אז מיר דערשטיקן זיך. בשעת ווען אונזערע חבירים וואס זענען ביז נישט לאנג צוריק געזיצן מיט אונז האבן געהאט גענוג דרייסט אפצושאקלען זיך פון אלעם און אפיאגן פון דאנעט. גערעכט, מיר פארמאגן נישט די קוראזש צו טאן דאס וואס זיי האבן געטאן. און אפשר זענען מיר אפילו באקוועמער דא, ווי זיי זענען געווען אויף אנצוהויבן, אבער כאטש וואלטן זיי געקענט טאן די ארבעט פאר אונז. ברענג מיר נאך אזעלכע סארט חברה, לאמיר זען צו מ'קען מאכן א שותפות. מיר וועלן שטיצן שטילערהייט, און זיי וועלן זיין די בוליס וואס וועלן נישט מורא האבן ארונטער ציווארפן די רבנים און עשירים וואס רייטן אויף אונז שוין אזויפיהל יארן.

אבער דו ווילסט וויסן דעם אמת? זיי זענען נישט נייגעריג און אזא געשעפט. איך דארף נישט דיינע טובות זאגן זיי. די סיסטעם איז א פארדאבענע. ס'נישטא וואס צו פאררעכטן און איבערמאכן. ליבערשט וועלן זיי אנטלויפן פון דא ווי איידער אריינצולייגן מיה אין פרובירן עס צו רענארווירן. די סיסטעם איז אזוי שטארק פארדארבן, אז אפילו מיר וואס האסן איר אזוי, האבן נישט די מינדסטע דרייסט און אינטערעסע עטוואס איינצושטעלן כדי איר אונטערצוברענגען. מיט אזא מיליטער ווער דארף נאך שונאים? מיט אזעלכע געלערנטע ווער דארף נאך נאראנים? און גערעכט זענען זיי. אויב מיר זענען נישט גענוג אינטרעסירט אליינס זיך צו העלפן, ס'איז אונז באקוועמער צו זיצן און לאזן א צווייטן שוויצן, דאן דעזערוון מיר נישט בעסערס. מיר האבן זיך דערקלערט אלס טראכטער.. דענקער.. פיליזאפירער.. שטודירער. מיר זענען איינפאכע עצלנים.. פחדניקעס.. עגאאיסטן.. און סעלפישע מענטשן. מיר ווילן אז אנדערע זאלן מאכן דער ארבעט פאר אונז.

פחדניש זענען מיר וואס האבן מורא ארויסצוגיין קעגן אונזערע רבנים און פירער במחאה אדירה. "דו ווארפסט ארויס מיין קינד ווייל איך האב אינטערנעט? נאו פראבלעם! איך עפן אויף מיין אייגן ת"ת און סקול." "דו סטראשעסט אז דו וועסט יעדעם אסר'ן צו שטיין אין קאנטאקט מיט מיר? מיר וועלן אלע זיך אפברעכן און עפענען אן אייגן שולכל." דאס מיינט קוראזש! נישט קיין וואונדער אז מענטשן ווארפן אראפ דאס גאנצע געפעקט און לויפן ענדישער לחירות. ווייל אז זיי זעהען אז מיר, וואס האבן בעסערע מעגליכקייטן ווי זיי, וועלן גלייכער זיצן און פאטשן זיך די בויך אזוי לאנג ווי עס גייט גוט די משפחה און מיין געזעמל ארום, טראגן זיי אפ וואו די אויגן נעמען זיי. קיינער גלייכט נישט קאמפלעינערס וואס זיצן מיט די הענט אין די טאש און אלס וואס זיי קענען איז שרייבן אפאר בייסיגע ארטיקלען, ארויסגיין באהאלטענערהייט צו א גויאישע-סטיל פארברענג, אזוי לאנג ווי קיינער דעקט נישט אויף זייער אידענטיטעט. און די וויץ איז אז מיר ווילן אלעס האבן אויף דער לייכסטער אופן וואס איז נאר שייך. מיר ווילן א געשמאקער אידישקייט מיט טשויסעס, אבער אהן אריינשטעקן א פינגער און קאלט וואסער. בלייבן צוגעדרוקט דאס גאנצע צייט צום טאטנ'ס טעשל און אונטערן מאמע'ס פארטוך.

די שוואכלינגען זענען נישט די וואס אנטלויפן. כאטש שטעלן זיי עפעס איין דערפאר. זיי פארלירן אסאך דורך דעם. און זיי העלפן נאך צוברעכן די מאכט פון די רבנים אסאך בעסער ווי אונז. די שוואכלינגען זענען מיר וואס העלפן אויפבויען אונזערע אינפראסטראקטור און פיטערן כבוד, געלט און פאווער פאר מאכט הונגעריקע מענטשן. די שוואכלינגען זענען מיר וואס אנשטאט צו חלומ'ען פון דערלעבן אויסצוקלאפן, קלאפן מיר נישט שוין צומארגנס אויס אין ביהמ"ד אז מיר עפענען א נייעם מוסד וואו נישט קיין חילוק צו דו וועסט האבן אינטערנעט אין שטוב אדער א פינף און צוואנציג יעריגע קינד אין שטוב ביסטו הארצן גערן וועלקאם ביי אונז.

קיין שום תירוץ ארבעט מער נישט. יעדער איינער פון אונז וואס האט א קינד אין א מוסד אדער וואס אנגעהערט צו איינע פון די היימישע קהילות וואו עס זיצן אויבן רבנים מחריבי הדעת און אנגעפראסענע אידן וועלכע פאשען זיך דאס בויך אויפ'ן חשבון פון די כולל אינגעלייט, איז א שותף למעשי בורא שית.

איך רעד צו דיר! עס איז מעגליך אז דו זיצט אפשר און דו לאכסט ווי לייכט דיין לעבן גייט דיר, אויב אזוי מיט וואספארא רעכט קומסטו שעלטן און פארפירן אויף די שמאלקעפיגקייט פונעם ציבור. ביסט שוין נישט בעסער ווי דער גוי וואס האט אונז פיינט צוליב דער מצומצמ'דיגער לעבן וואס מיר האבן זיך אויסגעקליבן, אבער בלייבט בלויז ביים רעדן אנשטאט -- זעהן ארויסצווייזן אביסל מער ווי סתם טאלעראנץ און -- אויסשטרעקן א האנט צו דערלאנגען עדיוקעישן פאר אונזערע קינדער. און אויב איז דיין טענה אז דו האסט רחמנות אויף די ווייניג טשויסעס וואס מען געט פאר אונזערע קינדער, לאמיך זען טיה דו עפעס למעשה אונז ארויסצוהעלפן; אויב ביסטו יא אזוי מזל'דיג אז דו קענסט אפקומען מיט אפאר דאלער און לעבן אין שוואוילטאג אפילו בתוכינו.

ווילסט הערן וואס איך טראכט? איך טראכט אז ס'פאסט דיך נישט אז אלע געלונגענע שטארקע הערצער לאזן דיך איבער אויפ'ן וואסער און בויען זיך אן אייגענעם געמיינדע אינדרויסן פון די גאנצע אידישקייט וועלכער דו חלומ'סט איבערצובויען. בלייב ביים חלומ'ען. איך טראכט אז דו ווילסט זיך אוועקדרייען פון דעם גרויסן באשילדיגונגס פינגער וואס דראהעט אין דיין ריכטונג און מאנט פון דיר פארוואס דו האסט אוועקגערויבט דיינע קינדער'ס פרייע בחירות אין גאלדענע צוקונפט אין לעבן. איך טראכט אז דו ציטערסט פאר די טאג ווען דיינע קינדער וועלן דיך אריינפירן אין האום און די לאזן סעקען דארט מיט א אויסגעלאשענעם טעלעוויזיע פאר זיבן קראנקע יארן וואס וועלן זיך ציען ווי א אייביקייט. איך טראכט אז דו האסט מורא פון דעם טאג וואס די נוירס אין די האום וועט אריינקומען טוישן דיין מי רגלים זעקל און בשעת'ן באטראכטן דיין באשייטלטע רעקל'דיגע משפחה ארום דיר, וועט זי טראכטן, "What a wasteless bunch he's brought up."

אינספייערט מחמת בן זומא'ס לעצטער ארטיקל m http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/179595/ m
דינסטאג יולי 01, 2014 11:28 pm#2
Re: ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים ה
זייער שיין געשריבן. 
אבער די פראבלעם איז אז אזא ארטיקל קען אריינגיין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די קריטירקירטע דורכן ארטיקל, ווייל שרייבן אויף פאליש אדער קאווע-שטיבל אונטער א פאלשע ניק-נעים, איז ווידער א שוואכקייט פון א שרייבער וואס איז נישט גרייט צו מקריב זיין עפעס פון זיך. 
אלזא, מיין חלום איז צו צוזאמשטעלן א גרופע פון אינטעלעגענטע לייט צוזאמען מיט אקטיוויסטן, וואס זענען גרייט צו אוועק געבן צייט און מוח, צו אוועקשטעלן א ווידערשטאנד און א רעוועלוציע. 
איך אליינס האב כמה וכמה געדאנקען, איך גלויב אז איינמאל עס ווערט אוועקגעשטעלט אן אונטער-ערדישע גרופע מיט קלארע ציהלן און ליניעס, וועלן זאכן אנדערש אויסזעהן. 
די ערשטע ציהל וואס דארף צו זיין, איז צו טרעפן עצות ווי אזוי אנידער ווארפן די וואפנס פון די קאמיוניטי, וואס דאס איז בעיסיקלי: מוסדות און שידוכים. 
מיטוואך יולי 02, 2014 5:56 pm#3
Re: ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים ה
פון א לא לנו איז שווער צו האפען אז עפעס וועט געשעהן אין דע-פאקטא, געב דיר א שטערקערע נאמען.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:15 pm#4
Re: ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים ה
היימישע כתב:פון א לא לנו איז שווער צו האפען אז עפעס וועט געשעהן אין דע-פאקטא, געב דיר א שטערקערע נאמען.


אפשר איינמאל מיר וועלן ארויסגיין פון גלות, וועלן מיר שוין אין איינוועגס ווערן אויס "לא לנו".