Re: אנקעטע: גייט איר אמאל אין טיאטער
געווען אמאל א תקופה וואס כהאב זיך געדרייט אין לעיקוואד, זענען געווען בחורים אדער יונגעלייט וואס פלעגן זוכן קבוצות מיט וועמען צו קענען גיין אין טעאטער זען א מאווי. כבין אויך געווען פון די וועמען מהאט געפרעגט צי כוויל קומען, ביים גיין אין טעאטער, בין איך געווען זיכער אז סגייט זיין האלב אדער גאנץ פיל מיט בעיקר גויים און די קליינע קבוצה פון אפאר בחורים.
אבער ביים אנקומען האב איך דארט געטראפן נאך עטליכע קבוצות מיט בחורים, נאך א גרופע מיט פרומע מיידלעך, און נאך עטליכע דעיטס אדער קאפלס. כהאב געפרעגט עטליכע מענטשן אויב סאיז נארמאל אין לעיקוואד צו גיין אין טעאטער? יענער האט מיר אנגעקוקט ווי די האן אין בני אדם.
שטעלט זיך ארויס אז אין לעיקוואד איז דאס מער אן אנגענומענער ערשיינונג. הגם כגלייב נישט אז די גאס גייט און כבין זיכער אז די רבנים זענען קעגן דעם, איז אבער די מושג פון גיין אסאך מער פארשפרייט, און מענטשן שעמען זיך נישט איינער פונעם צווייטן.