הויפט זייט » שמועסן » הומאר » א נפיחה לשם מצוה

א נפיחה לשם מצוה

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #577
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
א' ספטמבר 28, 2014 1:49 pm#1
א נפיחה לשם מצוה
ויפח באפיו נשמת חיים

(געווען אמאל אין קאווע שטיבל)

אך די לעצטע סייענטיפישע אנטדעקונג אז מאכן הפחות קען העלפן פראטעקטן אנטקעגן קענסער האב איך זעך באטראכט וואספארא שטורעם און איבערקערעניש אזאנס וועט אנברענגען פאר די וועלט. ווי עס שיינט רעדט זיך עס פון היידראדזשין סאלפייד גאז וואס ווערט פראדוצירט דורך די נאטורליכע קערפער פראצעסן און וואס קומט ארויס פונעם גוף, בשעת'ן נפחה'נען. דאס, זאגן די פארשער, איז וואס גיט דער אומאנגענעמער געשטאנק וואס קומט געווענליך אין באגלייטונג צו א פארץ. די עצם סטודי איז אסאך מער קאמפליצירט און באציהט זיך נישט דוקא צו נפיחות. די שטודיע טענה'ט אז ווען קאנטראלירטע קוואנטומען פון דער קאמפאונד AP39 - ווערן אריינגעליפערט אינעם קערפער (פרעג מיר נישט דורך וואו? כשם שבולעו כך פולטו. עה עקושלי דירעקט אריין אין דעם מייטאקאנדריע פונעם צעל) איז עס גורם אז דער קערפער זאל פראדוצירן מער היידראדזשין סולפייד גאז און דאס באשיצט בעסער דעם צעל'ס מייטאקאנדריע - וועלכער גיט דעם צעל ענערגיע, און וואס ווערט אפטמאל קאליע דורך קראנקהייטן. במילא קומט אויס אז סולפייד גאז קען העלפן דעם מייטאקאנדריע זיין באשיצט און פייטן די פראגרעסיע פון אסאך קראנקהייטן, ספעציעל קענסער.

תיכף ווען די נייעס האט אוועקגעפארצט...כ'מיין אפגעדונערט אין די גאסן האט עס גענצליך געטוישט לייף עז ווי נאו איט. קודם האבן אלע אנשי שלומינו אפגעאטעמט. אט איז מקוים געווארן דאס וואס מ'טענה'ט שוין לאנג, ומרגליה בפומיה דבי רב דאכל קאשע, "ס'נישטא וואס צו לאכן דערויף. וואסערע געשעפט איז דאס? א איד מאכט א נפחה צו ראטעווען א צווייטן איד און דו לאכסט? הע, שטייסטו מיר? ער איז מיר א בעסערע מענטש. ער פארצט נישט. ס'פאסט אים שוין נישט." די גאנצע קאנצעפט פון נפחה'נען איז געווארן אויס וויץ, ביז היינט אויב האט מען נאך געלאכט אמאל ווען א אינגערמאן האט זיך אראפגעצויגן די תפילין בנשימה אחת בלויז ארויסצושיקן א אייער, איז מהיום והלאה, סתם א נפחה לשם שחוק, געווארן אן אראפגעקוקטע זאך. "וואו איז דיין בושה צו וועיסטן אידישע אויסגעהארעוועטע פּרוקעס?"

די בעסערע מענטשן וואס ס'פאסט זיי נישט צו פארצן -- מחמת קארגשאפט צוליב וואס זיי ווילן עס האלטן נאר פאר די בני בית און משפחה, אדער ווייל זיי קוקן עס אן וואולגאר און אוממענשטליך -- זענען געווארן סאציאלע אויסגעשפיגענע מענטשן. ס'האט נישט גענומען לאנג און ס'האט זיך געשאפן א נפיחה גמ"ח פאר חולי ישראל וואו די גרעבסטע אידן פון שטאט -- געווענליך די חברה קדישא לייט -- זענען געווארן מעמבערס און גייען אין חסד גרופעס, שבת נאך די טשולנט, נפחה'נען אין די שפיטעלער. און אונטערצוקויפן די שפיטאל איינגעשטעלטע לאזט מען זיי איבער אפאר נפיחות אויכעט.

אזעלכע RCCS סלאגאנען ווי "געב לעקטער" פיגורירן אויף די מאובילס זייערע וואס פארן ארום צווישן היימישן ציבור רעיזן נפיחות פאר חולי ישראל. עס איז א דבר מצוי ורוח מציאה אז די רבנים זאלן אנוואונטשן זייערע חסידים ביים זיך אפגעזעגענען מוצאי שבת, "דער אויבערשטער זאל העלפן די נפחה זאל ארויסקומען בשעה טובה ובניקל".

די שוהלן זענען געווארן קאמערציעלע שטונק הייזער, מ'האט צוגעבויעט קוימענעס, ביי שחרית קען מען זען אלעמענס טליתים פלאטערן אין די לופטן, שבת ביי מנחה האט מען אזש מתיר געווען צוברענגען א נאז קליפ מיט'ן עירוב צוליב וואס ס'איז א תכשיט מחמת מיאוס. די קראנקע האבן זיך בעסער געפינען אין שוהל ווי אין שפיטאל, האט מען זיי אריבערגעברענגט אויף בעטעלעך און פלאצירט נעבן די טוילעטס אין ראדני. די צעטלעך אויף די ווענט אין די שוהלן שרייען, "נא להפליץ בדחיפות ובקולות וברקים לרפואת ר' יצחק בן נפחא הזקוק לפלוצים מאיומים מרובים". ביי הודי האט מען אפי' געטוישט די נוסחאות, אנשטאט, "כאן צריך להפסיק - כאן צריך להפליץ". און ביי די קאווע לייגן די שמשים שיינע צעטלען, באגריסענדיג "ר' יונטל פרץ אייערשלאג וואס האט מנדב געווען 100 פלוצים לשבוע פאר די נויטבאדערפיגע." די ביסקיסע ווענט זענען באשריבן מיט "האט רחמנות, היט אייערע פלאָצעס פאר די חולים, גיבט נישט אייערע פלאָצעס פאר די סוערס". איין קלוגער שמש האט זאגאר ערצייגט א 'רוח-רפאים' פושקע און 'ניחוח-מנשבת' זעקלען וואס מ'קען צובינדן פון אונטן און ארומטראגן מיט זיך, עז דימענד און באנוץ שטייגט; און היות פאר רובא ציבור זענען נפיחות נישט עפעס וואס קומט ע"פ זימון, איז דער פושקע גאר גוט געאייגנט אויפצוהענגען אויפ'ן פאסיק ארומצוטראגן איבעראל. אנדערע שמשים הענגען אויף די פושקעס נעבן די מקוה: "א מקוה ערב שבת - 1 נפחה. מוצאי שבת - 5 נפחות."

ראש השנה אין ביהמ"ד האבן אפגעדונערט די הארציגע אבינו מלכינו'ס, היינט מיט א נייער ניסוח: "אבינו מלכינו, שלח פלוצעס ופרוקעס סרוחים שלימים לחולי עמך.

דער אמת איז אז א שטיקל וואונדער האבן די סייענטיסטן יא געהאט הלמאי עס זענען בכלל נאך דא קראנקע מענטשן. כ'מיין, מענטשן נפיחה'נען דאך שוין זינט ששת ימי בראשית און פונדעסטוועגן איז נאכאלס דא קראנקע מענטשן. מ'מוז אוודאי זאגן אז ווען נישט דאס וואלטן די חולאתן אסאך מערער געווען. אין פאקט, נפחה'נען איבער די מאס איז פאררעכנט געווען ווי א מחלה ביז היינט. נאר שפעטער זענען סייענטיסטן געוואויר געווארן אז דוקא די וואס צע'פארצען זיך נאכאנאנד זענען די מזל'דיגע מענטשן, ספעציעלע זייערע ארומיגע.

די נוירסעס און דאקטורים אין די שפיטעלער זענען איינגעטוישט געווארן מיט פעשע בלאזעדיגע אלטע מענער און פרויען, וואס לאזן איבער א פארע פון דאמף אין די האלוועיס אין צימערן פון די חולים. און ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן די קראנקע אפילו הנאה דערפון ווייל עס געבט זיי מער די פרייהייט צו קענען פרייוויליג משלשל זיין ווען אימער ס'שמעקט זיי (אדער ווען ס'שמעקט זיי נישט).

מגדים און אוסם זענען אויף מעסער שטעך ווער ס'קען ארויסגיבן פעטערע עסן וואס פארשפרעכן צו פארמערן פלאטולענס פעאיגקייטן. לאנדא'ס אדווערטייזט אויף קול מבשר אז א פארץ נאכ'ן פארזוכן זייערע קישקע און גאלערעטע הערט זיך פון קליימער ביז מירטעל. אויך די רעסטראנטן און לופטפעלדער באטראכטן ערנסטע פלענער איינצושטעלן "פאַרטינג זאונס" פאר הומאניסטישע צוועקן און גלייכצייטיג צוריקשטעלן די "סמאוקינג זאונס" נאכוואס קלאגעס זענען איינגעגיבן געווארן אז די גערוכן פון די נפיחות זענען נאך אסאך שווערער ווי די רויעך פון ציגארעטלעך און די סיגארעט-רויעך וועט ווערן קענסעלד אאוט ביי די פארצן-שטונק. מ'שאצט אבער אז ביי די היימישע וועט זיך אזאנס קיינמאל נישט איינגיבן. ס'וועט נאך קומען א טאג וואס די מגיד שיעור וועט רעדן מיט נאסטאלגיע פון די צייטן ווען מ'האט געקענט אטעמען פרישע לופט אין היכל הישיבה.

מ'קען נישט אויסלאזן נישט צודערמאנען די נעגעטיווע זייט וואס איז ארויסגעקומען ווען די נפחה-רעזולוציע איז געגאנגען 'ברעיקינג' און די נייעס האט געלאזט ווינט אין די גאסן. חוץ פון דעם וואס אויפ'ן טעגליכע לעבן האבן מענטשן אנגעהויבן אריינפוחענען אין מענטשנ'ס פענימער אומגעבעטן -- ווייל ס'איז דאך א מצוה, און "זעהסט אויס צוגעלייגט היינט, קום לאמיך דיר אריינבלאזן א נחמה אין א איד!" -- האבן אויך די אלע אלטערנאטיווע מעדעצין פראקטאצירער למיניהם אנגעהויבן פארקויפן זייערע באבקעס אין די היימישע נייעס מאגאזינען. "אויב קענען קערפער עמישאן היילן קראנקהייטן, דאן פארוואס זאלן נישט אלע סארט קערפער עמישאנס טויגן אויפדעם?" און טאקע, אלערליי קראנקהייטן האבן אנגעהויבן זיך פארשפרייטן ווען די אלע אייגן פאררופענע מומחים האבן אנגעהויבן רעכענען הויכע פרייזן אנצוגרעפצן, אָנ-היסן, אָנ-סניזן און אנצוברעכן זייערע אומבאהאלפענע פאציענטן. אויך די עירליינס האבן פיין איינגעקעשט דערפון מיטן פרובירן שניידן די לופט פילטערונגען אויף זייערע פלייטס, און מיט'ן טשארדזשען זייערע רייזנדע א באזונדערע "אומדירעקטע מעדעצינישע גאזליכע אדמיניסטראציע" בייטראגע.

וגילה את מקורה: m http://www.theguardian.com/science/brai ... e-diseases m
א' ספטמבר 28, 2014 2:03 pm#2
Re: א נפיחה לשם מצוה
א דיטעילט, כ'מיין אזוי בפרטיות ובפרטי פרטיות צו צענעמעם דעם נושא פון א 'פארץ' (פה רפה), איז געוואלדיג, און ארגינעל.
א' ינואר 25, 2015 3:11 pm#3
Re: א נפיחה לשם מצוה
ביי חסידים ואנשי מעשה האט מען מקפיד געווען מוצאי שבת צו מאכן א ווארימע פארץ אלס חמין במוצאי שבת
און מ' וואונטשט זיך א געזונטע וואך א מזלדיג'ע וואך, ס' שטימט מיט די שטודיע
א' ינואר 25, 2015 8:44 pm#4
Re: א נפיחה לשם מצוה
לויט א שטודיע פון די לעצטע פאר יאר שטעלט זיך ארויס, אז אין ניו זילאנד איז פארהאן איינע פון די ערגסטע צייכענעס פון גלאבאלע ווארעמונג צוליבן פראבלעם פון מאסיווע נפחות וואס ווערן דארט ארויסגעלאזט, (דארט איז פון שעפעלעך, נישט פון מענטשן און אידן זענען דאך געגליכן צו שעפעלעך, שה אחד בין שבעים זאבים, כידוע ליודעי ח"ן).
ד' פברואר 11, 2015 2:14 pm#5
Re: א נפיחה לשם מצוה
דו ווילסט מיר זאגן אז מיין שכן אין שול וואס זיצט לעבן מיר אין ברענגט מיט א בעג נפיחות אז איך דארף אם גאר רעספעקטירן פאר יעדע פארץ ?..........
ה' פברואר 12, 2015 7:31 pm#6
Re: א נפיחה לשם מצוה
ליבע כתב:דו ווילסט מיר זאגן אז מיין שכן אין שול וואס זיצט לעבן מיר אין ברענגט מיט א בעג נפיחות אז איך דארף אם גאר רעספעקטירן פאר יעדע פארץ ?..........


יא ווייל ער אז מקיים דעם ופרצת און פילן זין פון ווארט !!!!
ג' פברואר 24, 2015 11:16 pm#7
Re: א נפיחה לשם מצוה
א נפיחה איז זייער אומבאטעמ'ט עס איז אבער זייער געשמאק צו וואטשען אויף די אינטערנעט זיסע מיידלעך נפחנען צוזאמען ווייל עס שמעקט נישט אדוירך די סקרין מקען עס סירטשען גירלס פארטינג צו זעהן די באחנטע בלאנדע מיידלעך פארטן אהן קיין בישות
ג' דצמבר 08, 2015 6:21 pm#9
Re: א נפיחה לשם מצוה
אוי ואבוי ! התאהבת בהבלונדיניות האלה!? איך זה נהיית גרמני ,יפת'ניק, נעבאך.. (האמת אגיד, שהמזרחיות -הגזע המושלמת ביופי. וכן כתוב במדרש.)