ענני הכבוד - ודם נדה

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 21 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #610
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ג' אוקטובר 14, 2014 5:21 pm#1
ענני הכבוד - ודם נדה
און ילקוט (ישעיה יט) אויפן פסוק 'לא יהיה לך השמש עוד לאור יומם', זאגט רבי שמעון בן יוחאי "אז אלע פערציג יאר וואס אידן זענען געוועהן אין דער מדבר האט קיין איינער נישט געדארפט נישט באטאג דער ליכטיגקייט פון דער זון און נישט געדארפט ביינאכט דער שיין פון דער לבנה, "אלא העבים מאירים, היו יודעים ששקעה החמה, הלבינו היו יודעים שזרחה החמה".

עכ"פ גארנישט דארט איז געגאנגען מיט די זון און לבנה נאר דורך די עננים. אזוי ווי עס ווערט געברענגט אן ילקוט (סו"פ פקודי) "האדים הענן היו יודעים ששקעה החמה, הלבין היו יודעים שזרחה החמה".

חזקיה בר רבי האט צו געלייגט (ילקוט פקודי רמז תיז) "למה היה משתנה להם" פארוואס האט זיך די וואלקענעס געטוישט ליכטיגקייט בייטאג און ביינאכט. "מפני הזבים והמצורעים, כדי שיהיו יודעים אימתי ערב אימתי בוקר" כדי די זבים און מוצרעים זאלען וויסען עס איז טאג און ווען איז נאכט.

קומט אויס פון דעם אלעם, אז אין די מדבר האט מען קיינמאל נישט געזעהן געזעהן דער זון און לבנה, נאר די די פארבען האבען זיך געטוישט, און אויך דאס איז געוועהן כדי מ'זאל וויסען ווען עס איז טאג און ווען איז נאכט.

רבי יונתן אייבשיץ אין זיין ספר תפארת יונתן (פ' בשלח, ועוד) שמועס אויס די תועלת און די טובה פארוואס דער באשעפער האט דאס אזוי געמאכט, ווייל דורך דעם זענען די אידן אינגאנצען ארויס געגאנגען פון די שליטת כוכבים ומזלות, און זענען אינגאנצען אריין געגאנגען אונטער די רשות פון הקב"ה.

דער זית רענן פרעגט אויפן מדרש אויף די אויבערדערמאנטער ווערטער פון חזקיה בר רבי וואס האט אנגעכאפט צו זאגען אז די עננים האבן זיך געבייט פארבן איז געוועהן וועגן 'זבים ומצורעות', פארוואס האט ער נישט געזאגט אויך צו וויסען ווען עס איז שבת? ענפערט דער זית רענן ווייל כדי צו וויסען ווען עס איז שבת וואלט זיך די עננים בלויז געדארפט טוישען איין מאל א וואך, אבער פאר זבים ומצורעות האט זיך עס טאקע געדארפט טוישן יעדן טאג.
ולכאורה אבער איז דער תירץ פון 'זית רענן' נישט גענונג, וויבאלד מ'קען פרעגן אז אויסער 'זבים ומצורעים' איז דא נאך אסאך מצות וואס זענען תלוי ביום ובלילה ווי למשל ציצית תפילין וכדומה, אויב אזוי פארוואס האט זיך נישט דער עננים נישט געטוישט צוליב זיי אויך?
אויף דעם קען מען ענפערן אז כדי צו וויסען ווען עס איז טאג אדער נאכט האט מען געקענט וויסען דורך ציילען די שעות, וואס דאס האבען די אידן גערעכנט אין דער מדבר אויך כדי צו קענען טוהן מסחר מיט די אומות, שיקען שליחים, מלחמה האלטן, ערב רב, אבער צו פאר ציצית ותפילין וכדומה דארף מען נישט וויסען ווען די זריחה און שקיעה איז, מה שאין כן צו קענען ציילען ז' נקיים ביי א א זב או זבה און ביי מצורע דארף מען יא פונקטליך צו וויסען דער זמן זריחה ושקיעה.

בלשון הילקוט שטייט אויסגערעכנט בלויז "זבים ומצורעים", פארוואס דערמאנט ער נישט 'נדות וזבות', וואס דאס טרעפט זיך סאך אסאך מער ווי 'זבין ומצורעין', אזוי פרעגט דער פנים יפות דארט סוף פרשת פקודי.

נאר מ'קען ערקלערן אז דער ילקוט נעמנט אן און גייט אינאיינעם מיט די מדרש תנחומא פון סוף פרשת מצורע, וואס דארט שטיייט אזוי: "אמר רבי לוי בשעה שהיו ישראל במצרים לא היו רואות דם נדה, מפני שאימת המצרים עליהם, ואף כשישבו במדבר לא היו רואות דם נדה שהיתה שכינה עמהם וכו', ועליהם הוא אומר איומה כנדגלות [איומה איז פון לשון אימה פחד, אימת השכינה, פירש עץ יוסף] ועליהם נאמר גן נעול אחותי כלה גל נעול מעיין חתום".
צוויי זאכען שטייט דא: א) אז אין מצרים גופא האט מען נישט געזעהן קיין דם נדה וויבאלד דער פחד ווס זיי האבען געהאט פון די מצריים איז געוועהן אזוי גרויס אז דאס האט צוריק געהאלטן די דם נדה. ב) אין די מדבר האט מען אויך נישט געזעהן קיין דם נדה וויבאלד די אימת השכינה איז געוועהן אזוי שטארק. און דאס מיינט דער פסוק 'גן נעול אחותי כלה – גל נעול מעיין חתום, די 'נדה' קוועלער זענען געוועהן פארזיגעלט.

דער חיד"א אין זיין ספר נחל קדומים (פ' בשלח) אויף דער פסוק 'ותקח מרים הנביאה את התף בידה' שרייבער ער אזוי: "אמרו רז"ל 'הנך יפה דודי אף נעים' זו גילוי שכינה, 'אף ערשינו רעננה' בשבח בנים ובנות. טשמעתי משם הרב הגדול מופת הדור מהר"ח אלפאנדרי ז"ל שהיה מפרש במה שאמרו שבמדבר לא היה דם נדות [-מפני אימת השכינה שהיתה עמהם-], וזה שאמר 'הנך יפה דודי זו גילוי שכינה', ועל ידי זה לא היה דם נדה, וכי תימא מעתה לא יהיה פריה ורביה על דרך משפחת דורקטי, לזה אמר 'אף ערשינו רעננה בשבח בנים ובנות' שהיה פריה ורביה, ע"כ שמעתי.

אבער ס'שווער אויף דעם ווייל אין פרשת ויקהל זאגט דער תרגום יונתן אויפן פסוק 'ויעש הכיור נחשת ואת כנו נחשת במראות הצבאות אשר צבאו פתח אהל מועד', איז דער תרגום יונתן מפרש "ועבד ית כיורא וכו' מן אספקלירי נחשא נשיא צניעותא [די קופערנע שפיגעל פון דער כיור איז געקומען פון די צניעות'דיגע פרויען], ובעידן דאתיין לצלאה בתרע משכן זימנא הואן קיימין על קרבן אדמותיהון, ומשבחן ומודן ותייבין לגובריהון, וילדן בנין צדיקין בזמן דמדכן מן סואבת דמהון". – איז ער מפרש אז די פרויען זענען יא געווארען נדות, און זיי האבן אויך געברענגט א קרבן אין דער צייט וואס זיי זענען געווארען א טהורה. זעהט אויס די כוונה איז געוועהן 'זבות' וואס זיי זענען מחיוב בקרבן, אבער ער וויל אויך ארויס ברענגען די נקודה אז עס איז אויך געוועהן 'נדות' אין מדבר.

אין פרשת ויקהל (לה כו) אויף דער פסוק 'וכל הנשים אשר נשאן לבן אתנה בחכמה טווו את העזים', זאגט רש"י 'היא היתה אומנות יתירה שעל גבי העזים טווין אותן'. איז דער רבי ר' יונתן אייבשיץ מבאר דער טעם דערפון אין זיין ספר תפארת יונתן, ווייל אלע פרויען האבען געהאט גרויס חשק צו שפינען און וועבן לצורך המקדש, אבער עס לא ימלט אז ציווישען ששים רבוא זאל זיך נישט טרעפען פרויען וואס זענען נישט קיין נדות, און אלע מלאכות זענען געטוהן געווארען אינדערפרי, איז נישט געוועהן קיין צייט פאר זיי זיך צו טובל'ן, פארדעם "טוו מעל העזים", ווען עס איז נאך געוועהן מחובר צום בעל חי, וואס דעמאלס איז דאס נאך נישט מקבל קיין טומאה.

מ'קען מוסיף זיין צו דעם די ווערטער פון 'משך חכמה' אויף דער פסוק "וכל אשה חכמת לב וכל אשה חכמת לב בידיה טוו ויביאו מטוה את התכלת ואת הארגמן ואת תולעת השני ואת השש", "וכל הנשים אשר נשא לִבָּן אֹתָנָה בחכמה טווּ את העִזים". איז דער משך חכמה מפרש ביים תכלת און ארגמן שטייט בלשון יחיד, ביי טוו את העזים שטייט בלשון רבים, ווייל "טוו את העזים" האבען אויך די נדות געשפינט, ובעלי חיים זענען נישט מקבל קיין טומאה, אבער די תכלת און ארגמן וואס איז יא מקבל טומאה האבען גענייט נאר די 'טהורות', פארדעם שטייט ביי זיי בלשון יחיד, ווייל יעדע אשה טהורה האט גענייט די תכלת ארגמן, יעדע פרוי מיוחדת איז געוועהן ראוי, מ'האט געדארפט וויסן פון יעדע פרוי באזונדער ווי זי האלט, צו איז זי א טהורה אדער נישט.

דער מדרש זאגט (ויקרא רבה ב א) "רבי אומר נשי דור המדבר כשירות היו, כיון ששמעו שהן אסורות לבעליהן מיד נעלו דלתותיהן". דער אויבערדערמאנטע חיד"א אין נחל קדומים ברענגט בשם דער 'ידי משה' וואז איז מבאר אז כאטש אין דער מדבר האט מען נישט געזעהן קיין דם נדה, מכל מקום ביים חטא העגל וואס דעמאלס איז נסתלקה מהן השכינה, האט מען יא צוריק אנגעהויבען זעהן דם נדה, אין דאס איז דער כוונה פון דער מדרש "כיון ששמעו שהם אסורות לבעליהן" דהיינו נאך דער חטא העגל, מיד נעלו דלתותיהן.

קומט אויס לויט דעם, אז אויך דער תרגום יונתן וואס האלט אז עס איז נישט געוועהן קיין נדות אין מדבר, אין דאס וואס דער תרגות יונתן דערמאנט וועגן דער כיור, איז וויבאלד דאס איז געוועהן נאך דער חטא העגל עד שהוקם המשכן, וואס אין יענע צייט איז יא געוועהן נדות וזבות.

אין דער מדרש תנחומא דערמאנט פריער שטייט "ואף כשישבו במדבר לא היו רואות דם נדה שהיתה שכינה עמהם, והנשים קבלו את התורה תחילה שנאמר כה תאמר לבית יעקב אלו הנשים. לויט דעם וועט אויס קומען אז הארט אנהייב ווען אידן זענען אריין אין מדבר האט זיך אויף געהערט די דם נדה.

אבער אין 'מושב זקנים' (פ' מצורע) שרייבט לגבי דעם מדרש "שפסק דם נדה מאימת השכינה שנאמר אימה כנגדלות", אז דאס איז געוועהן ווען די אידן האבן געהאט זייערע דגלים אין מדבר, דעמאלס 'ומחנה שכינה עמהם' איז דעמאלס געווארען 'גן נעול'. – קומט אויס פון דעם אז ערשט ביים צווייטען יאר וואס דעמאלס האבן די אידן באקומען די דגלים, ערשט דער צווייטע יאר האט זיי אויף געהערט צו זעהן דם נדה.

אין מיט דעם מהלך קען מען אויך זאגען אז דער תרגום יונתן האלט אז ס'נישט געוועהן קיין נדות אין דער מדבר, איי ס'דאך יא געוועהן, והא ראי' פון דער כיור, אויף דעם קען מען זאגען אז דער בנין המשכן איז געוועהן פאר הקמת מחנה שכינה ומחנה ודגלי ישראל.

דער מהרי"ל דיסקין אין פרשת תזריע פרעגט אז עס שטייט "ואשה כי תזריע וילדה זכר וטמאה שבעת ימים כימי נדת דותה תטמא", פרעגט ער ווי שטייט פאר דעם דער דין פון נדות ביז דעם פרשה פון אשה כי תזריע? אלע הלכות פון נדה שטייט ערשט שפעטער אין פרשת אחרי? ער ענפערט לויט אונזער מדרש אז מ'האט בכלל נישט געזעהן אין מדבר קיין דם נדה, פאר דעם זאגט אונז דער פסוק אז דער גאנצע צייט וואס עס איז נישט נוהד דיני נדה האט מען אויך זיך נישט געפירט הלכות דיני יולדת, פאר דעם זאגט טאקע דער פסוק "כימי נדת דותה", דאס מיינט צו זאגען אין דער צייט וואס מ'איז מקיים הלכות נדה דעמאלס איז אויך חל טומאת יולדת, אבער נישט פארדעם, נאר דיני יולדת איז תלוי אין דער חיוב פון הלכות נדה.
ד' אוקטובר 15, 2014 8:36 am#2
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
שיין מלקט געווען די דברי אגדה
נאר איין פראגע האב איך:
אויב האבן זיי נישט געהאט די וועסט ווי אזוי האבן זיי געקענט האבן קינדער?
א' אוקטובר 19, 2014 3:46 am#3
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
גרויסע שכח מעוברת הערליך שיין געשריבן כהאב נישט געהאט קיין צייט ביז יעצט דורכצוליינען געהעריג די גאנצע ליקוט און יעצט בין איך נבהל ונשתומם פון די הערליכע נייע ידיעות שיין מלוקט דבר דבר על אופנו כשלחן הערוך לפניך
כה לחי מיר ווארטען אויף נאך.
א' אוקטובר 19, 2014 3:52 am#4
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
נייגעריגער כתב:שיין מלקט געווען די דברי אגדה
נאר איין פראגע האב איך:
אויב האבן זיי נישט געהאט די וועסט ווי אזוי האבן זיי געקענט האבן קינדער?

נאך אזא הערליכע תגובה פון מעוברת איבער אזויפיל נסים ונפלאות וואס הקב"ה האט געטוהן מיט אונז איז שוין נישט שווער די קשיא

און די גאנצע האבן ששה בכרס אחד איז געווען א נס שלא כדרך הטבע איז שוין געווען נאך א נס אז מהאט געהאט קינדער אן די ווסט (אונטרעסאנט עס שטייט נישט אונערגעץ די נס! אפשר יא?)
ה' אוקטובר 23, 2014 2:57 pm#5
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
דאס אז "שלא היו רואות דם", איז נישט געוועהן קיין נס, עס האט זיך אויפגעהערט מחמת פחד ואימת השכינה ששרוי עליהם.
ד' אוגוסט 10, 2016 5:48 am#8
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
איך ווייס עטליכע פעלער פון היימישע פרויען וואס זענען טראקעדיג געווארן אן א געהעריגע וועסט, א דאקטער האט מיר מאסבער געווען וויאזוי דאס קען געשען
ה' אוגוסט 11, 2016 1:35 am#10
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
יענטא זארגער כתב:איך ווייס עטליכע פעלער פון היימישע פרויען וואס זענען טראקעדיג געווארן אן א געהעריגע וועסט, א דאקטער האט מיר מאסבער געווען וויאזוי דאס קען געשען

ווען מיין ווייב איז טראגעדיג געווארן האט זי בכלל נישט געטראגן קיין וועסט..... עס איז זייער זעלטן אז א היימישע פרוי זאל טראגעדיג ווערן מיט א וועסט...
ה' אוגוסט 11, 2016 5:25 am#12
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
קטן כתב:
יענטא זארגער כתב:איך ווייס עטליכע פעלער פון היימישע פרויען וואס זענען טראקעדיג געווארן אן א געהעריגע וועסט, א דאקטער האט מיר מאסבער געווען וויאזוי דאס קען געשען

ווען מיין ווייב איז טראגעדיג געווארן האט זי בכלל נישט געטראגן קיין וועסט..... עס איז זייער זעלטן אז א היימישע פרוי זאל טראגעדיג ווערן מיט א וועסט...

מיין ווייב איז געוועהן נאקעט בשעת'ן ווערן טראגעדיג. :D
ה' אוגוסט 11, 2016 3:22 pm#13
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
אינטערעסאנט.
ווען מיין ווייב איז געווארן טראגעדיג בין איך אויך געווען נאקעט...
ה' יולי 13, 2017 4:06 pm#17
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
טאמער איר קענט רעדן אין פרעגן די פרויען וואס זענן גיוועהן ביי די וועלט מלחמה וועלען זיי דערציילן אז פין פחד אין מורא האבען זיי נישט גיהאט דעם סייקל
אויך נאך די מלחמה האט גידארט היפש ביז זיי האבן גיקענט האבן קינדער אין מאנכע האבן נישט גיקענט אדער מאנכע האבן נאר גיהאט איינס
ו' יולי 14, 2017 12:55 pm#19
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
א געוואלדיגע דזשאוק. בכלל נישט לאכעדיג. קענסט אפחוזקן פון די תורה וופיל די ווילסט אבער אפילו סייענס אנערקענט שוין היינט אז די ענווייראמענט און די פסיכילאגיע פון א פרוי אימפאקטירן גאר שטארק אויף די מענסטורעישאן סייקל און בכלל אויף די גאנצע סיסטעם דארטן. ס'לאזט זיך גלייבן אז אנטלויפענדיג פון פרעה און צוגאב צו דאס לעבן אין אזא שווערע ענווייראמענט ווי מדבר סאהארא, זייענדיג נאך אזויפיהל יארן פארקנעכטשאפט אונטער די מצרים האט זייערע סיסטעם נישט געארבעט אין דעם רעגארד.
ו' יולי 14, 2017 2:26 pm#20
Re: ענני הכבוד - ודם נדה
tradition כתב:א געוואלדיגע דזשאוק. בכלל נישט לאכעדיג. קענסט אפחוזקן פון די תורה וופיל די ווילסט אבער אפילו סייענס אנערקענט שוין היינט אז די ענווייראמענט און די פסיכילאגיע פון א פרוי אימפאקטירן גאר שטארק אויף די מענסטורעישאן סייקל און בכלל אויף די גאנצע סיסטעם דארטן. ס'לאזט זיך גלייבן אז אנטלויפענדיג פון פרעה און צוגאב צו דאס לעבן אין אזא שווערע ענווייראמענט ווי מדבר סאהארא, זייענדיג נאך אזויפיהל יארן פארקנעכטשאפט אונטער די מצרים האט זייערע סיסטעם נישט געארבעט אין דעם רעגארד.

הער אויף צו האקן און חוזק מאכן פון די עולם. קיינער מיינט נישט צו לאכן אדער חוזק מאכן. די האסט עפעס א נישט נארמאלע נעגיטיווע בליק אויף יעדעם איינעם דא. קיינער האט נישט קעגן די באשעפער, עכ"פ רוב עולם. ער האט נאר געזאגט א זאך וואס ער האט נאכגעהערט. וואס האט עס א שייכות מיט ליצנות אדער לאכן?! ער האט זיך דען געדינגען?