נייע אלבום'ס

18 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

18 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 70 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #615
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ד' יולי 20, 2016 10:14 pm#1
Re: נייע אלבום'ס
פישי כתב:
אינטעליגענט כתב:
פישי כתב:קען זיין אז כ'בין שוין אביסל שפעט

אלבום צדיקים פון מאיר דוד פארקאש עעעעענדליך ערשינען


כ'האב הנאה פון די פאקט אז ס'קומען ארויס נייע שטערנס און די עולם הנגינה, זיין קול איז הערליך, אבער די ניגונים.... שוין... טשויגעהערטאזאנס

ער איז שאן גארנישט ניי ער איז שוין אן אלטער תושב ער קען די מלאכה גוט, ער האט נאר נישט געמאכט קיין סידיס ביז היינט [איינמאל א חזנות טעיפ א טאג פאר 9/11 באט די ערשטע מוזיק אלבום]

וועגן די ניגונים קען מען זיך אפשר דינגען אויף איר שיינקייט אבער די ארענדשמענטס? נאו וועי נישט געווען פאר עידזשעס אזעלכע שיינע זאכן ! צוריקצוברענגען "רובי" ווען אלעס ליגט היינט אין techno
!מיט ווייסעך וואס די מיוזיק איז געוואלדיג אויף דעם האב איך געווארט
טרעק 8 מיין פעוואריט , רובי האקט אריין דארט אויף אלע באקן

גרעיט דזשאב מאיר דוד קיפ איט קאמינג ענד מאר אפטען!

איך האב הנאה ווי די קומסט אריין גאר פאזעטיוו, איך גלייך דיין פעדער ווי אזוי די ברענגט ארויס מיט א ברייטקייט בכל פרטי' ודוקדיקי' די פאזיטיווע חלק פון יעדע ניגון און זינגער, ס'איז א חוש מ'ברויך דאס צו קענען

עניוועי, יעצט צוריק צו מאיר דוד, זיין טאלאנט? איינס אינדערוועלט! זיין שטימע? שטארק ווי א לייב! די קריעטיוועטי פון די ניגונים? וואונדערליך! די ערענדזשמענטס? גאר גאר רייך!

אבער מיטדעמאלעם, עפעס נאכצוזינגען............... נו שוין...

!א שיינעם דאנק פאר די זיסע ווערטער

איך זאג נאכאמאל אז די גלייכסט עס נישט מיינט נישט אז די ניגונים קענען נישט נאכגעזינגען ווערן
[נא אפפענס אודאי]

שמע קולנו קען מען נאכזינגען
כל המרחם קען מען נאכזינגען
אודה קען מען נאכזינגען
ממלא כל עלמין קען מען נאכזינגען
טוב ה' קען מען נאכזינגען
משכני קען מען נאכזינגען נישט נאר זינגען, איך זאג ס'גייט אפקלינגען אין אלע קאלאניס/מסיבות ביי קומזיצן

אין איין ווארט מ'האלט שוין ביי האלב פון די ניגונים און טאקע נישט יעדע ניגון אויף א אלבום איז דעזעגנירט דוקא נאכצוזינגען אסאך דערפון איז בלויז צו רילעקסן, אין ענגליש הייסט עס listening pleasure בקיצור זאג עס אנדערש; די ניגונים רעדן נישט צו מיר האסט דיך נישט פון וועם צו שעמען stand up for yourself! געדענק דעם טעם וריח ווי די גייסט און וואו די שטייסט
שול כתב:אויב זינגט ער נישט אויף חתונות דארף ער עס דאך נישט פאר אדווערטייזמענט

ממילא פעלט נישט אויס מ'זאל קענען איבערזינגען די ניגונים
נישט אמת יעדער מענטש וואס מאכט אן אלבום זוכט נישט "נאר עדווערטייזמענט" גענוג סידיס ערשיינען און מ'קען ברעכן פון יענעמס זינגען אויב ס'קען גערופן ווערן זינגען, הכלל אסאך אלבום ארויסגעבער זוכן צו בארייכערן די וועלט מיט זייערע זאכן און דאס איז אויך א שטארקע גאול וואס מאכט געוויסע פארשוינען, ווי אויך אונזער מאיר דוד אריינשפרונגען אין אזא פראיעקט וואס איז בכלל נישט קיין ביליגע מעשה, מיטן ציל צו פארשענערן טאלאנט און פארשפרייטן ארט אויף די וועלט, אבער ער וויל נאך אלס זיינע זאכן זאלן קענען ווערן אויפגעפיקט ס'האט נישט מיט יא זינגער צו נישט זינגער.

נישט יעדער טראכט פון חתונות און פובליסטי
ד' יולי 20, 2016 10:32 pm#3
Re: נייע אלבום'ס
פישי כתב:אינטעלי, יעדעס ווארט צוקאש! נופת תטופנה!

טענקס טענקס איך האב געהערט פון טשינאש און טשאדאש וואס איז צוקאש?

מיינסט אקאש :roll: ;)
ד' יולי 20, 2016 10:36 pm#4
Re: נייע אלבום'ס
אינטעליגענט כתב:
פישי כתב:אינטעלי, יעדעס ווארט צוקאש! נופת תטופנה!

טענקס טענקס איך האב געהערט פון טשינאש און טשאדאש וואס איז צוקאש?

מיינסט אקאש :roll: ;)

אזא בחינה, (וואס מיינט ותמגר.... כאפסט וואסעךמיין)


גראדע שוין לאנג נישט געהערט פון אקאש
ה' יולי 21, 2016 12:55 am#5
Re: נייע אלבום'ס
אינטעליגענט כתב:
פישי כתב:אינטעלי, יעדעס ווארט צוקאש! נופת תטופנה!

טענקס טענקס איך האב געהערט פון טשינאש און טשאדאש וואס איז צוקאש?

מיינסט אקאש :roll: ;)

צוקאש איז נוטריקון פין - צוקער זיש (=זיס )
עס פלעגט גענוצט ווערן דורך אונגאריש רעדענדע אידישע פרויען אימיגראנטן אין די ברוקלין געגענט, ביז בערך יאר 2010 למספרם.
פארשער האבן געטראפן אין 2015 נאר צוויי וועלכע באניצן זיך דערמיט טעגליך, און נאך פיר וועלכע באניצן זיך דערמיט וועכענטליך.
לויט ווי עס שיינט האט דאס באניצן זיך דערמיט א דירעקטע שייכות מיט וויפיל אייניקלעך מען האט, און מיט ווי אפט די אייניקלעך טרעפן די באבע.
צוקאש איז אויף די ליסטע פון ווערטער וועלכע זענען עלול אויסצושטארבן אין יאר 2020. דאס איז נאר אינעם רעדענדיגע שפראך, ווארום אין שריפטליכע הינזיכט איז צוקאש זעהר אויפגעכאפט געווארן דורך עטליכע אידישע פארומען, פאליש אייוועלט און קאווע טרינקער.
ה' יולי 28, 2016 3:01 am#6
Re: נייע אלבום'ס
אינטעליגענט כתב:
פישי כתב:אינטעלי, יעדעס ווארט צוקאש! נופת תטופנה!

טענקס טענקס איך האב געהערט פון טשינאש און טשאדאש וואס איז צוקאש?

מיינסט אקאש :roll: ;)

די שורש פון די ווארט איז לכאורה "ראפאגאש".....
ג' אוגוסט 02, 2016 1:26 am#7
Re: נייע אלבום'ס
נאכנישט כתב:
אינטעליגענט כתב:
פישי כתב:אינטעלי, יעדעס ווארט צוקאש! נופת תטופנה!

טענקס טענקס איך האב געהערט פון טשינאש און טשאדאש וואס איז צוקאש?

מיינסט אקאש :roll: ;)

די שורש פון די ווארט איז לכאורה "ראפאגאש".....

וכן שני הכתובים המחישים זה את זה עד שיבא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם
........... ווער ס'פארשטייט פארשטייט ................
א' ספטמבר 04, 2016 1:34 am#10
Re: נייע אלבום'ס
דער סי-די איז עוועילעבל און 4 קאלירן. הא קעירס וועלכע קאליר די סידי איז? וועם טרייט מען דא צו אריינכאפן?
און פארוואס הייסט עס שמואלי2 אויב עס איז זיין ערשטע אלבום?
ב' ספטמבר 05, 2016 5:54 am#11
Re: נייע אלבום'ס
קטן כתב:דער סי-די איז עוועילעבל און 4 קאלירן. הא קעירס וועלכע קאליר די סידי איז? וועם טרייט מען דא צו אריינכאפן?
און פארוואס הייסט עס שמואלי2 אויב עס איז זיין ערשטע אלבום?

גוט מארגן
ב' ספטמבר 05, 2016 6:01 am#12
Re: נייע אלבום'ס
צוויי קנאקעדיגע מארקעטינג טעקניקס צו פאנגן די קונדן

•קאלירן
מענטשן גלייכן פארשידענע פלעיווארס אפילו נאר א קאווער מאכט אויס צו דער קויפער וועט עס נעמען אין האנט אדער דארט לאזן

•שמואלי 2
קריאוז אבער א טיפע מארקעטינג כאפ אז מ'קוקט טיפער די גאנצע כאפ איז אז דער מענטש זאל שטיין און זיך ברעכן קאפ וואס דער 2 באדייט איינמאל ער ברעכט זיך איז שוין דעם שמואלי גוט איינגעקריצט אין מח און קען שטארק צוהעלפן ער זאל עס וועלן קויפן.

קטן ווען איך פאסט עס נישט פון וואו וואלסטו געוויסט דערפון.. נאכמאזל פארדעם
ב' ספטמבר 05, 2016 11:48 am#13
Re: נייע אלבום'ס
איך האב עס געזען עדווערטייזט איבעראל (אין דיין פאסט שטייט נישט וועגן די קאלערס) און איך בין מחולק אויף דיר, איך זעה נישט פארוואס א נארמאלע מענטש זאל קויפן א סידי נאר ווייל עס איז פינק אדער גרין, אפשר ביי קינדער אין חדר מאכט עס א קאמפעטישען
יאנקי: הערסט אונז האמיר געקויפט שמואלי אונגאר'ס נייע סידי, די גרינע
מוישי: נעה, אונז האמיר די רויטע, ס'איז סאך בעסער.

און ביי דע וועי, איך האב שוין א קאפי פון די בלויע. ווער קען מיך געבן א קאפי פון א גרינע צו זען צו ס'איז בעסער?
ב' ספטמבר 05, 2016 12:45 pm#14
Re: נייע אלבום'ס
ריכטיג, די מארקעטינג איז זייער קינדעריש.
די אדווערטייזמענט אויף קול מבשר איז נאך מער קינדעריש.
איך האב נאכנישט געהערט די סידי, אפשר איז עס טאקע געאייגנט פאר קינדער?
ג' ספטמבר 06, 2016 9:02 pm#15
Re: נייע אלבום'ס
קטן כתב:איך האב עס געזען עדווערטייזט איבעראל (אין דיין פאסט שטייט נישט וועגן די קאלערס) און איך בין מחולק אויף דיר, איך זעה נישט פארוואס א נארמאלע מענטש זאל קויפן א סידי נאר ווייל עס איז פינק אדער גרין, אפשר ביי קינדער אין חדר מאכט עס א קאמפעטישען
יאנקי: הערסט אונז האמיר געקויפט שמואלי אונגאר'ס נייע סידי, די גרינע
מוישי: נעה, אונז האמיר די רויטע, ס'איז סאך בעסער.

און ביי דע וועי, איך האב שוין א קאפי פון די בלויע. ווער קען מיך געבן א קאפי פון א גרינע צו זען צו ס'איז בעסער?

איך זעה אז די פארשטייסט נישט צו מארקעטינג וואס זאל איך דיר זאגן רוף עס וויאזוי די ווילסט אין פאקט איז עס א שטארקע זאך ווייל ער איז די ערשטע וואס זאל מאכן דערפון א optional זאך. די פאקט ווייזט אז מענטשן וואס זענען סענסעטיוו צו ארט וועט יעדע קלייניקייט אויסמאכן אפילו דער במה שיש בה איז דער זעלבע
ג' ספטמבר 06, 2016 9:06 pm#16
Re: נייע אלבום'ס
די סידי איז גראדע זייער א שיינע און געשמאקע סידי, קאדאוס שמואלי פארן צושטעלן אזא נאבעלע געשמאקע פאראדוקט! איידל! קלאסיש! לעבעדיג! היינטיג! רואיג! ארט! אלעס אין איין סידי!!!!

שחר ס'לוינט די צעהנער פאר די סידי, הער עס טאקע יא אויס (איך וואלט דיר געאפערט די סידי מיט די שווארצע קאווער....)
ה' ספטמבר 15, 2016 4:32 pm#17
Re: נייע אלבום'ס
קטן כתב:איך האב עס געזען עדווערטייזט איבעראל (אין דיין פאסט שטייט נישט וועגן די קאלערס) און איך בין מחולק אויף דיר, איך זעה נישט פארוואס א נארמאלע מענטש זאל קויפן א סידי נאר ווייל עס איז פינק אדער גרין, אפשר ביי קינדער אין חדר מאכט עס א קאמפעטישען
יאנקי: הערסט אונז האמיר געקויפט שמואלי אונגאר'ס נייע סידי, די גרינע
מוישי: נעה, אונז האמיר די רויטע, ס'איז סאך בעסער.

און ביי דע וועי, איך האב שוין א קאפי פון די בלויע. ווער קען מיך געבן א קאפי פון א גרינע צו זען צו ס'איז בעסער?


מארקעטינג מיינט מישט אז איינער קויפט די סידי ווייל ס'איז דא פיר קאלארס, נאר יעדע מאדנע זאך מאכט דעם מענטש טראכטן און אויטאמאטיש געדענקן. 'תרי תמיהי מדכרי אינשי'

און די זעלבע מיט די '2' ס'זעהט טאקע אויס קינדעריש, אבער איך קען דיר זאגן 99% אז ס'האט אים געהאלפן.
ו' ספטמבר 16, 2016 4:42 am#18
Re: נייע אלבום'ס
די מארקעטינג איז געוואלדיג געווען סוף כל סוף. כ'געדענק נישט איינעמ'ס סידי זאל אזוי איבערנעמען די מארקעט פאר יארן!
מיט דעם נאמען 2 בין איך מחולק מיט שול אז דאס האט נישט צוגעגעבן קיין סך. די קאלירן אויסדרוקליך יא.