הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » היסטאריע » סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.

סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 50 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #618
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ו' פברואר 27, 2015 7:51 pm#1
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
חיים יחיאל כתב:
leaving soon כתב:ס'ווענט זיך.וועלכע יום טוב די רעדסט.

מיט א רבי וואס איז געווען דארט בעפאר ער איז אנגעקומן איך געדנק נישט ווי אזוי ער האט געהייסן


איך מיין אז מ'האט געפראוועט אלע ימים טובים מיט דער רב.
א' מרץ 01, 2015 10:43 pm#2
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
סהאט אפשר נישט צופיל מיטן אשכול צו טוען, אבער ווער סהאט סיי וועלכע אינפארמאציע איבער די אלע מחלוקת'לעך אינדערהיים אנגעפירט דורך די וואס זענען געווארן סאטמערע חסידים נאכדעם, און קען דאס דא אראפשרייבן למען יידעו דור אחרון, איז דאס א גרויסע טובה פאר כלל ישראל, זאלן אונז אויך וואוסן וואס דארט אין אייראפע איז פארגעקומען און וואס מהאט אלס פרובירט צו פארגלעטן.
וואס איך ווייס, ר' יואל'יש האט זיך געהאט פארטשעפעט מיטן מונקאטשער, מיט בעלזא איז אויך געווען עפעס א פאנטשער הגם נישט עפעס אן ערנסטע זאך, מיט קראלע ווי דערמאנט און מיט די ספינקא הויף, מיט ר' שלום אליעזר ראצפערטער וואס האט שייכות מיט די עצי חיים, (אויב געדענק איך גוט איז די עצי חיים געווען אן איידעם ביים ראצפערטער). אויך האבן די סאטמערע חסידים געהאט א מחלוקה מיט די סאטמארע רב פון פריער, (כמיין אז יענע רב קומט פון די גרינוואלד משפחה, וואס האט שייכות מיט פאפא און צעהלים).
ג' מרץ 03, 2015 6:17 pm#3
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
און די היינטיגע טאג פאר 81 יאר צוריק איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געווארן רב אין שטאט סאטמאר, איבערנעמענדיג דעם כסא הרבנות אלס מרא דאתרא פון די עיר ואם בישראל, און פון דארט איז די כתר הרבנות פון די שטאט געבליבן על שמו ותלמידיו וחסידיו אלפי רבבות ישראל לדורות עולם. [ה'תרצ"ד] (מען האט צוגעגרייט א ריזיגן "צאתכם לשלו'" אין קראלי אויף חצות היום, און א ריזיגן "קבלת פנים" אין סאטמאר אויף 2 שעה שפעטער, אבער דער רבי זי"ע איז ארויסגעפארן פארטאגס באשמורת הבוקר אין א שטילע קאר, און איז אנגעקומען אין סאטמאר גאנץ פרי צום דאווענען, נישט וועלנדיג די גאנצע כבוד מלכים וואס מען האט אנגעגרייט פאר'ן גיין און פאר'ן קומען) געזען היינט און די דבר יום ביומו אידישע היסטאריע אפטיילונג
ב' אוגוסט 31, 2015 9:51 pm#4
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
מעוברת כתב:דער חידוש ביי דער קראלי מחלוקות איז געוועהן אז לפי תקנות השטאטוטען לויט די פארשריפטן פון דער 'טיילונג' האט רבי אביש'ל וחסידיו געהאט דעם זעלבן דין ווי דער נאלאגען, און דאס האט דער סאטמארע צד זייער שטארק ארויס געברענגט, ממילא טאר'ן זיי נישט ווערן באערדיגט אינעם קראלי בית החיים, זייער שיחטה איז בשר טריפה וכו'. און אויב גייט מען דא ביי קראלי מאכען א אויסנאם וועט דער גאנצע 'טיילונג' צאם פאלען.

דאס מיינט אמת'דיג הפך הקערה על פיה די מעשה איז געוועהן פונקט פארקערט און ווער עס קוקט אפילו נאר אין די ביסעלע וואס ס'איז שוין דא געשריבן געווארן וועט דאס קלאר זעהן, רבי אביש'ל האט געוואונען די בחירות און איז טאקע אויפגענומען געווארן אלס רב אין די ארטהדאקסישע קהילה און רבי שמואל גראס האט צוליעב דעם גענומען די אזוי גערופענע קהילת הספרדים וואס דאס איז געוועהן די נאלאגישע קהילה נאר אזוי ווי שקר איז היינט (אפשר אמאל אויך) זייער גאנגבאר און יעדער קען זאגן וויאזוי ס'קומט איהם אויס בעסער, און היינט איז דא אסאך מער מענטשען וואס ס'קומט זיי אויס בעסער אז רבי אביש'ל איז געוועהן רב ביי די נעלאגן ממילא גייט שוין די מעשה אזוי, און דער עולם גולם נעמט עס אן ווייל קיינער וויל נישט אריין טראכטען אין די מציאות הדברים.
ג' ספטמבר 01, 2015 3:12 pm#5
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
נישט ריכטיג, קוק איבער דעם קונטרס 'ברוך מתיר אסירים, וואס איז פיל מיט בריעוון פון רבנים לטובותו ולשבחו פון ר' אביש'יל, וועסטו זעהן אז זיי זאגען אז בכהאי גוונא קען מען נישט זאגען אז ער פון די נאלאגען.

m http://www.hebrewbooks.org/44661 m
ד' אוגוסט 31, 2016 11:10 am#6
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
נעכן נאכט אין ראדני שול זאגט מיר איינער אז ער האלט אז ר' הערשעלע (היינט איז זיין יארצייט) ספינקער איז געווען א בוגד אין זיין טאטע צוליב זיין שלום געשפרעך מיט סאטמאר
א' ספטמבר 04, 2016 6:17 am#7
Re: סאטמאר רב מיט ר' אביש'ל קראלער.
געהערט אמאל א מעשה אז נאך די מלחמה ווען ר' הערשלע איז געקומן די ערשטע מאל קיין סאטמאר האט מען אים נישט מקרב געווען און ער איז געקומען נאכאמאל סאיז געווען חנוכה ביים צונדען און מ'האט זיך נישט געהעריג וואוסנדיג געמאכט פון אים האט ער געטראכט צו זיך אז אויב דאס איז די מעשה זעט אויס אז סאיז נאך דא עפעס שריים פון קראלע און אז סבלייבט אזוי קומט מער נישט אהער למעשה נאכן צונדן ווען דער רבי איז ארויף צום טיש איז ער צוגעגאנגען צו אים און אנגעכאפט ביי די האנט און מיטגענומען מיט זיך ארויף אויבנאן און געזעצט נעבן זיך און זייט דעמאלטס איז ער שוין דארט פארבליבן