הויפט זייט » שמועסן » שלום עליכם » קאמפיין פינף תגובות א טאג.

קאמפיין פינף תגובות א טאג.

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

13 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 54 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #641
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ג' ינואר 31, 2017 7:52 pm#1
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
LOVE כתב:איבער די איסור אויף טעלעוויזיע און אויב עס איז חל אויף יו טוב


ווי גרויס איז די גרעסטע יו טוב סקרין?
ג' ינואר 31, 2017 8:03 pm#2
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
kollel ingerman כתב:
LOVE כתב:איבער די איסור אויף טעלעוויזיע און אויב עס איז חל אויף יו טוב

עניני הלכה האב איך מורא צי שרייבן


הייבסט שוין אן מיט תירוצים. דעמאלס וואס פרעגסטו אזוי ברייטליך וואס דער עולם וויל?

זאג וואס דו קענסט יא. און דער עולם וועט טשוזן.
ד' פברואר 01, 2017 2:58 am#3
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
kollel ingerman כתב:
LOVE כתב:איבער די איסור אויף טעלעוויזיע און אויב עס איז חל אויף יו טוב

עניני הלכה האב איך מורא צי שרייבן

האב נישט מורא די ארגסטע וואס קען געשען איז אז מען וועט דיך אפפרעגן
א' פברואר 05, 2017 5:29 pm#4
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
אדרבה, די גאנצע נושא פון טלוויזיה איז ווערט צו ווערן אדורכגעטוהן, אויף וואס איז געווען די איסור, ווי לאנג גייט עס אהן, די קשר פון מאווי צו טלוויזיה, וואס איז שייך היינט ווען יעדער קוקט קליפס
א' פברואר 05, 2017 9:41 pm#5
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
לכאו' איז דער איסור חל.

ווי איך פארשטיי האט מען עס געקענט אסרן בתוקף, וויבאלד ס'טאקע בלויז פאר אינטעהאלטונג. משא"כ די עצם אינטערנעץ, ברויכן מאנכע האבן פאר פרנסה.

כשרע מאווי'ס און קליפס זענען לכאו' נישט קיין פראבלעהם לויטן יסוד האיסור. (אויסער אלס גדר).
יו-טוב קליפס אבער, וויבאלד איינס ברעהנגט ס'צווייטע און מ'האט נישט קאַן עכטע קאנטראל, איז לכאו' אסור. און אפילו ערגער ווי טעלעוויזע, וואס אריבערגיין פין איין קאנאל צים צווייטן איז שוועהרער. און דאף האט מען נישט געזאהגט אז אויב קיקסטו נאר די וועטער איז עס מותר.

דאס אז "יעדער קוקט קליפס" איז לכאו' נישט משנה לויטן איסור. דעמאלטס האט אויך יעהדער געקיקט טעלעוויזע. (אז דו גלייבסט מיר נישט פרעהג דיין זיידע)
ג' פברואר 21, 2017 4:08 am#6
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
ווען עס איז ווען יעדן טאג אזוי פיל ווי היינט, וואלט פאליש אסאך בעסער אויסגעזעהן, ווי און פארוואס גייט עטץ אלע מארגן אנטלויפן? בלייב דא אביסעל און לעב אויף דעם מקום, ווילסט דאך נישט דאס פלאץ זאל אינטערגיין, האסט דאך אויך הנאה דערפון סאו זיי'זשע אזוי גוט, און לייגט צו עפעס א נייעס'ל, גיב אפ א יישר כח, ברענג עפעס א חידוש, און לעב אויף דא אביסל.
זשאסט פאר די רעקארד'ס היינט אליין זענען ניין און צוואנציג אשכולות געווען אויבן אן, עס איז שוין גאר לאנג נישט געווען אזויפיל.
ג' פברואר 21, 2017 4:15 pm#7
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
נעכטן האב איך געשריבן פיר תגובות. מיין נעקסטע וואלט געקענט אהערקומען, און דערמיט אויך דעם אשכול ארויפברענגען צום אויבערפלאך. עס וואלט געווען א איווען נאמבער דרייסיג. א שאד
ג' פברואר 21, 2017 7:01 pm#8
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
עס וואלט געבליבן ביי ניין און צוואנציג סייווי, ווייל איך האב גערעכענט נאר איינמאל אן אשכול, און איך האב עס שוין געהאט איינמאל ארויפגעברענגט מיט די פאריגע תגובה וואס איך האב דא געשריבן.
נעכטן איז געווען אויבן אן, ניין און צוואנציג 'באזונדערע' אשכולות.
ג' פברואר 21, 2017 7:09 pm#9
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
פאלט דיר נישט ביי אז איך וואלט דאס שוין געהאט ארויפגעברענגט פאר דיר. דאן וואלסט יענע תגובה געשריבן אין א אנדערע אשכול :P
ד' פברואר 22, 2017 6:40 pm#10
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
...מעובר האב עס זיכער ארויף געברענגט צו 50
סיי דער נאמבער פון דער אשכול און סיי דער נאמבער פון זיינע הודעות [1350].
ה' פברואר 23, 2017 2:18 pm#11
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
איך ווייס נישט אויב דער נושא פון די אשכול ארבעט אבער דאס איז זיכער אז דעיע אשכול לעבט
ה' מאי 10, 2018 4:39 am#13
Re: קאמפיין פינף תגובות א טאג.
נייגעריגער כתב:לכאו' איז דער איסור חל.

ווי איך פארשטיי האט מען עס געקענט אסרן בתוקף, וויבאלד ס'טאקע בלויז פאר אינטעהאלטונג. משא"כ די עצם אינטערנעץ, ברויכן מאנכע האבן פאר פרנסה.

כשרע מאווי'ס און קליפס זענען לכאו' נישט קיין פראבלעהם לויטן יסוד האיסור. (אויסער אלס גדר).
יו-טוב קליפס אבער, וויבאלד איינס ברעהנגט ס'צווייטע און מ'האט נישט קאַן עכטע קאנטראל, איז לכאו' אסור. און אפילו ערגער ווי טעלעוויזע, וואס אריבערגיין פין איין קאנאל צים צווייטן איז שוועהרער. און דאף האט מען נישט געזאהגט אז אויב קיקסטו נאר די וועטער איז עס מותר.

דאס אז "יעדער קוקט קליפס" איז לכאו' נישט משנה לויטן איסור. דעמאלטס האט אויך יעהדער געקיקט טעלעוויזע. (אז דו גלייבסט מיר נישט פרעהג דיין זיידע)

העי די ווייסט וויפיל יוטוב איז מיר שוין צוניץ געקומען???אומגלויבליך אסאך מאל!!!! אויף יעדע זאך אין כמעט יעדע פראבלעם איז דא אינסטראקשענס אין עצות! פרייע טרעינינג פאר יעדע שטות! רעוויאס אויף יעדע פראדוקט! דירעקשאנס אויף יעדע פראגראם! טויזענטער גוטע איידילע דאקימענטעריס!! דאס איז בכלל נישט אסור!!!