Re: עוואלושען אין די לעב
of course it doesn't, that's the definition of agnostic
12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
ידען כתב:די ביימער האבן נישט קיין רינגען פון אכט טויזענט יאר,
די עלסטע בוים איז מתושלח (Methuselah), וואס איז אלט 4,847 יאר
LOVE כתב:ידען כתב:די ביימער האבן נישט קיין רינגען פון אכט טויזענט יאר,
די עלסטע בוים איז מתושלח (Methuselah), וואס איז אלט 4,847 יאר
נישט דער בוים אליין, אבער דער בוים ווארצל ווערט געשאצט פאר 9,500 יאר.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Old_Tjikko
שחר כתב:LOVE כתב:ידען כתב:די ביימער האבן נישט קיין רינגען פון אכט טויזענט יאר,
די עלסטע בוים איז מתושלח (Methuselah), וואס איז אלט 4,847 יאר
נישט דער בוים אליין, אבער דער בוים ווארצל ווערט געשאצט פאר 9,500 יאר.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Old_Tjikko
נישט די בוים ווארצל, נאר די זיידע פונעם בוים האט געלעבט 9,500 יאר צוריק (לשיטתם)
זיי שרייבן דאך אז עס שטאמט פון נאטירליכע הברכה.
בכל אופן, שרייבן זיי אז די יארן זענען געבויעט אויף קארבאן דעיטינג, נו, אויב אזוי טרעפט מען דאך אסאך עלטערע ביימער (וועלכע לעבן שוין נישט), ווי די פאסילס וכו'.
LOVE כתב:ניין, די ווארצלען גופא זענען נאך דא, עיי"ש.
).The trunk itself is estimated to be only a few hundred years old, but the plant has survived for much longer due to a process known as layering (when a branch comes in contact with the ground, it sprouts a new root), or vegetative cloning (when the trunk dies but the root system is still alive, it may sprout a new trunk
ידען כתב:סקווערע דיין כתב:און לגבי די טענה אז די וועלט איז א יונגע וועלט,
אסאך ספרים שרייבן אז דאס וואס שטייט אז הקב"ה איז געווען בונה עולמות ומחריבן איז טאקע געווען אויפן ערד קוגעל און די דיינעסטארס קומען נאך פון יענע עפאכע,
דא ספרים וואס שרייבן אז די דיינעסטארס זענען געווען פארן מביל און זענען נישט געראטעוועט געווארן, און צוליב די מבול קוקט אויס ווי עס איז שוין דורך אסך מער יארן
און עס איז דא ספרים וואס ענטפערן די תירץ מיט וואס איך בין אויפגעוואקסען געווארן אז ווען די באשעפער האט באשאפן די וועלט, האט ער שוין באשאפן ווי א אלטע וועלט דהיינו מהאט נישט געדארפט אלעס אנפלאנצען פון דאס ניי, די באשעפער האט שוין באשאפן ביימער עס איז שוין אפילו געווען אראפגעפאלענע פארפולטע ביימער, די חיות זענען נישט געבוירן 1 טאג אלט, עס זענען די ערשטע טאג געווען בעביס, עלטערע, גאר אלטע, וכו.
דאס איז זיכער אז די אלע פארשונגען פון די חכמי אומות העולם האבן זיי נישט אליין אויפגעמאכט,
געבן א משל וואס איז באקאנט פאר די וואס וואוינען אין ארץ ישראל און די אלע וואס האבן שוין באזיכט ארצינו הקדושה
עס איז דא א פלאץ "ראש הנקרא" ווי מזעט ווי די וואסער קומט מיט א שטראם און האקט אריין און די ריזיגע פעלזען, דורכאויס די אלע יארן זענען פון די וואסער ציבוסלעך אראפגעקומען שטיקלעך שטיין (יא יא אזוי ווי ר עקיבא) מקען ארומשפאצירען און די שטיין ווי די וואסער האט אויפגעבראכן,
וויפיל שטיין עס קומט אראפ א יאר וואלט וויפיל שטיין עס פעלט שוין געדארפט די וואסער אריינהאקען אין די שטיין א ערך פון מיליאנען יארן,
אלא מאי דא קומט אריין אונזער פריערדיגע תירוצים
1) אז די באשעפער האט באשאפן די וועלט שוין אלט דהיינו אז די רגע וואס די וועלט איז באשאפן געווארן האט שוין געפעלט שטיקער שטיין
2) די יאר פון די מבול איז אראפגעקומען שטיקער שטיין ווי טויזענטער נארמאלע יארן
איי פארוואס האט דאס הקב"ה געטוהן? האט מען אונז געלערנט אז צו געבן א בחירה, אדער קענסטו גלייבען אז עוואלושען האט באשאפן די וועלט אדער קענסטו גלייבען אז השם יתברך האט באשאפן די וועלט,
און ברוך השם איך גלייב אז "הוא בורא ומנהיג"
די מבול תירוץ איז זייער נישט סייענטיפיש (די גאנצע מבול איז א פליאה פאר זיך) פאר וואס טאכסטו אז א מבול קען דאס פארענטפערן, פרעג עני גיאגרעפיסט וועט ער דיר אפלאכן, דאס איז געווען א גוטע תירוץ אין חדר, צו זאגן אז די גויים ווייסן דאך נישט פון די מבול (וואס? הא הא) ממילא רעכענען זיי נישט ריכטיג.
די תירוץ אז אזוי איז געווען די תחילת הבריאה איז יא גאנץ א גוטע תירוץ, וויבאלט ס'איז פיליסאפיש איז נישט שייך אפ-ציווענדען, אבער איך וויל נאר פרעגן דעם חשוב'ן דיין, פארוואס דארף מעג גיין אזוי קרום?
אז די באשעפער האט פארדרייט דעם גאנצע בריאה אלס צו דיסיעווען אונזער שכל, און ס'איז נאר א מאסק, פארוואס נישט זאגן אז עס איז טאקע ווי אזוי עס קוקט אויס, ספעציעל ווען עס איז מיטאמאל קיין סתירה צו די תורה, מאדערנע יידן גלייבן אין עוועלושאן
אביחי כתב:פארענפערען וואו אזוי עוועלאשען אין די תורה שטימען איז אפשר א גיטע מהלך. אבער אויב גייסט די מיט דער מהלך וועסט די אויך מיזען מקבל זיין אז חזל אין די ראשונים זענען נישט געשריבען געווארען ברוח הקודש אין אז זיי האבען זיך געקענט טועה זיין.
ידען כתב:
נעם למשול די ענין פון א עולם הבא וואס ווערט נישט דערמאנט פאר די חז"ל, תורה? נא, נביאים? נא, כתובים? נא, ברמיזא? ניין. אדרבה עס קוקט אויס אז נאכ'ן טויט איז גארנישט דא אזעלכע פסוקים ווי "כי ארד אל בני אבל שאולה" "לא המתים יהללו יה" וכדו' דאכט זיך אז די זאך פון עפטער לייף ווערט די ערשטע מאל דערמאנט (אין די יידישע היסטאריע) אין די נייע טעסטעמענט,
ידען כתב:שיינקייט כתב:עוואלאציע איז בסך הכל א גויאישע אינטערטעמונג ווי זיי פאנטאזירן אין וויסטעניש הוידל בוידל פאר פייער און פאר וואסער איבער זאכן וואס איז באזירט אויף חזיונות.
עוואלאציע איז בסך הכל א טיאריע וואס איז געפּרופֿט געווארן דורך אן א שיעור ריאות והוכחות וואס אלע סייענטיסטן כולם בפה אחד מודים
ח"ו אויב דו ווערסט קראנק, וועסטו נעמען טאבלעטן וואס סייענטיסטן וואס פארשטייען דיין גוף וועלן דיר אנשרייבן
דו פארסט אויף א ערעפלאן וואס איז אויך צושטאנד געקומען דורך סייענס
און ווען דו טייפסט אויף'ן קאמפיוטער איז עס אויך דורך סייענטיסטס וואס פארשטייען ווי אזוי די וועלט ארבייט, אין פיזיקס, איסטראנאמי, עמבריאלעדזי וכו'
דארטן גלייבסטו וואס סייענס זאגט, הייסט נישט ווייל דו ווילסט זעהן דעם אמת, נאר דו גייסט צי צום ענין מיט א "פּרי דיטערמענט החלטה אז עס איז שטותים"
יא גאַט טו טינק אויט אף די באַקס.