הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.

נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 26 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #74
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:56 pm#1
נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
דאס איז ווייט ארויף אויפן רוט 17 ממש פאר די קאנטרי עקזיטס 117 א האלבער שעה פון קרית יואל ר' משה שמילאוויטש פון שמילאוויטש בעקעריי איז דער גרינדער. זייער אסאך משפחות האבן נישט קיין פלאץ אין וויליאמסבוג מופן זיי אויף מאנסי וואס איז נישט גענוג היימיש פאר זיי אדער קרית יואל וואס אויב איז מען זאלי געשטימט האט מען דאך נישט די מאכט. דעריבער האט מען דאס געפענט זיי האבן שוין 300 חתימות פון טאטע'ס וואס גייען אהין זיך ציען פאר אלע געלטער. אבער דערווייל לייגן די גוישע שכנים דרוק אויף די שטאטראט זאל נישט דערלאזן דאס ענדיגען די בוי ארבעט טענהדיג אז די זאונינג איז נישט דורך לעגאל.

דערווייל בויט מען פעסט און די ערשטע צענדליגע דירות פאזע איז שוין פארטיג פון דערויסען.

עס איז שוין אפראווד צו בויען און אויפשטעלן 4000 הייזער מיט איין בנין פאר מוסדות החינוך
מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:09 am#2
אפדעיט כ"א כסליו
די דירות פראיעקט האט באקומען א שטויס פאראויס מיטן פארפליכטונג פון סאטמאר זאלי רבי ביים גרויסארטיגן כ"א כסליו מסיבה צו אויסצאלן א כולל פון בני תורה אהין זיך ציען דאס ערשטער און זיי אויסהאלטן מיט וועכנטליכע געהאלט פון 1500 דאלער, אן אסטראנאמישער סכום וואס ווייניג ווערהאוז ארבייטער מאכן היינט אין שטאט, דאס וועט ברענגן פיל ארבייטער זיך זעצן לערנען און אהין מופן, און אויך א רענט וואטשער ד"ה ביז ווערט פון 500 דאלער מאנאטלעך, אז אפילו עס איז נאך נישטא קיין פרנסה דארטן זאל זיך שוין בויען דאס פלאץ. - אזוי ארום וועלן די גראסערי און אינטערנעט סוחרים אדער סתם אפיס אינגעלייט זיך נאכדעם אהין ציען נישט דארפנדיג צוקומען צו שטאטישע פרנסות.

תמונה
מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:17 am#3
אפדעיט שבת חנוכה
איך בין ארויפגעפארן אין די מאנטענס די וואך אויף שבת זיך אפגעשטעלט ביים עקזיט 117 אט איז א בילד ווי עס האלט איצט די דעוועלעפמענט איינגעהילט אין דעם ווייסן ווינטער שניי פון אפסטעיט, עס שנייט טאקע מער דארטן אבער די ווינטן זענען נישט אזוי שלעכט ווי אין שטאט.

תמונה
מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:41 pm#4
ביים זאלי כ"א כסליו
מר. לאם דער מאדערענער איד מיטן דאטשיק איז דער בויער לעבן ר' משה שמילאוויטש דער בעקער מיט די שווארצע ברילן וואס איז דער אונטערנעמער פונעם נייעם ישוב.

תמונה
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 9:20 am#5
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
חבלי לידה, זיי האבן נישט געקענט באקומען די לאקאלע ליידיגע פובליק סקול געביידע אויף דערווייל ווארשיינליך נעקסטע יאר וועלן זיי דאס באקומען.

לייענט מער באריכות אין היינטיגען רעקארד.

m http://www.recordonline.com/apps/pbcs.d ... /-1/NEWS38 m

איך וויל פרעגן ווער ווייסט וויאזוי מען מאכט דאס דעם טעקסט דא אין פאליש זאל נישט זיין פון רעכטס צו לינקס ביי ענגלישע טעקסט? איך וויל דאס אהער ברענגען ווייל עס איז פארשלאסן פאר טייל וואס צאלן נישט דארטן און זענען נאר אינטערסירט אין דעם.
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 9:22 am#6
Bloomingburg planning board votes down proposed girls' schoo
By Steve Israel
Times Herald-Record
Published: 6:39 PM - 12/12/13
Last updated: 9:32 PM - 12/12/13
BLOOMINGBURG – In a surprising victory for opponents of a 396 unit apparently Hasidic housing development and the private school that would serve it, the Bloomingburg Planning Board voted down the school Thursday night. The vote, before a cheering crowd of about 150 was 3-1, with chairman Russ Wood dissenting.
The move, at a meeting that was supposed to be procedural, was apparently a reaction to the fact that the development and school would be Hasidic – even though the developers have said the townhouses would be sold to anyone. That sentiment was reflected in signs with slogans like “Our children are not welcomed to enroll.”
“If you're representing that the development is open to all of us, why do you need another school for it,” said board member Andy Finnema, noting that Bloomingburg is served by seven schools in the Pine Bush district.
The vote came despite the fact that schools are apparently allowed by the zoning in this eastern Sullivan County village. It drew a threat of legal action from the projects' developer, Kenneth Nakdimen, a partner of Shalom Lamm, who is out of the country.
“They don't have a right to do this,” said Nakdimen. “They're opening themselves up to a lawsuit.”
Hours before the vote, Lamm said in an e mail, “Given this is an as-of right use, we do not anticipate any legal objections. Virtually all of the opposition is based on hate or the scandalous misrepresentation of facts by the project opponents.”
The opponents also won a smaller victory when the board, by the same 3-1 vote, shot down a proposal for a temporary clubhouse for the housing development.
While the votes drew cheers, many reacted like opposition leader Holly Roche. She knows the development, the Villages at Chestnut Ridge, is being built.
“Strike one for us,” she said, calling herself “guardedly optimistic.”
Still, most applauded the board they had once booed.
“I'm extremely happy. The board has demonstrated leadership,” said John Kahrs of Pine Bush.
The vote came as opposition to the project mounted.
Opponents just filed papers in a State Supreme Court asking for Bloomingburg Mayor Mark Berentsen's removal. Among other claims, the notice of petition says Berentsen violated municipal law when, a week after he and his parents bought land from the developer, he and the village board voted to accept the environmental review of the developer's project, the Villages at Chestnut Ridge. The petition also claims that Berentsen violated the law by signing a developer's agreement that specifically gave him access to the sewer and water system being built by the developer after Berentsen OK'd that agreement.
Berentsen said, “I strongly disagree with the allegations. My focus has always been and will continue to be for the residents of the village of Bloomingburg.”
Meanwhile, one of only two other board members, Joe Gotthardt, resigned, saying, “You can't run a government when nobody responds to the people's needs.”
On top of all of this, Bloomingburg – or what's left of its government - cancelled its Thursday night Village Board meeting without giving a reason. The board hasn't met since August.
But despite Thursday night's temporary win, project opponents said they face an uphill fight to stop the development, which has already been marketed.
“I'm relieved, but there are more battles on the horizon,” Marilyn Meyer.
e sisrael@th-record.com e
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:57 am#7
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
תמונה

הערליכער בילד פון דער הייך פונעם גאנצן נייעם ישוב.

*

תמונה

ר' משה שמילאוויטש און זיין זון שוויצן אוועק רוען נישט אין קיינע היצן שנייען אדער רעגן אנהאלטן די בוי ארבעט.

*

ירושלים דאמעריקע בויט זיך אין גרויסן! ווער ס'האט דאס קאפ אויפן פלאץ זאל זוכן אינועסטירער ווייל די פרייזן פון די הייזער ארום גייען ארויף יעדן טאג וואס דער צוקונפט דעם נייעם סאטמארן שטאט ווערט פארוויקליכט נענעטער און נענטער, געדענקט יעדן טאג וואס איר פארזוימט זיך אפקויפן ווי מער פראפערטיס דארטן דערלייגט איר גרויס געלט. די סאטמארע זאליס זענען גאר פרום און דער עלעמענט וואס וועט זיך אהין ציען איז פון די בני יואל טיפ וואס האבן טויזנט קינדער! זייערע אלע קינדער וועלן דארטן חתונה האבן און אפקויפן פון אייך אדער רענטן פון אייך דירות. סאיז גענדיגט אין וויליאמסבורג קען מען מער נישט אריינפושן קיין מענטשן און אינדערויסן גייט אסאך בעסער די פרייזן פאר ארטיסטן, און אין מאנרוי געוועלטיגט מיט א הארטער שטיירנער פויסט דעם גרויסער ברודער דער ארוני. אלע זאליס בני יואל סתם סאטמארע וועלן דא זיך אריבערציען פריער איידער ווי שפעטער.
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:20 pm#8
קרייצמעך פראטעסטן
די ארטיגע גוים זענען גאר שמייליג זיי האבן זיך צוזאמגענומען איצט לכבוד זייערע שמייליגע טעג און אפגעהאלטן נאך א פראטעסט אפצושרייען די גזירה לויט זיי פון א סאטמארע זאלי שטעטל ביי זיי אין בעקיארד. זיי האבן געטראגן דארטן רח"ל צלמים....

תמונה

איינע פון די שילדן

תמונה

אבער ס'וועט זיי גארנישט העלפן...

תמונה

עס בויט זיך אין גרויסן...
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:16 pm#9
Re: אפדעיט כ"א כסליו
יואליש קרעמער כתב:די דירות פראיעקט האט באקומען א שטויס פאראויס מיטן פארפליכטונג פון סאטמאר זאלי רבי ביים גרויסארטיגן כ"א כסליו מסיבה צו אויסצאלן א כולל פון בני תורה אהין זיך ציען דאס ערשטער און זיי אויסהאלטן מיט וועכנטליכע געהאלט פון 1500 דאלער, אן אסטראנאמישער סכום וואס ווייניג ווערהאוז ארבייטער מאכן היינט אין שטאט,

ס'איז א חודש'ליכע געהאלט
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:59 pm#10
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
תמונה

רעב זאליקא האט מען נעכטן גענומען אויף אן אויספלוג אהין שעפן נחת ווי עס בויט זיך זיין נייער מדינה. נאר הערצל קוק און זיין ברודער אהרן ימ$%#"ש טארן נישט האבן קיין אייגענע לאנד ווערטשאפט און אנפירן מיט א רעגירונג פאר משיח קומט אזוי שטייט דאך בפירוש אין ויואל משה...
זונטאג פעברואר 02, 2014 12:41 am#12
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
why the stop work order?
פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:54 pm#13
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
א גוטן טייערע אידן... מיין פילטער האט מיר עפעס אויסגעשלאסן פון דעם מקום קדוש, אבער 'הבא לטהר מסייעין אותו', האב איך מיר אנגעשטרענגט צו קענען ווערן צוריק קאנעקטעט מיט די חברים דא.

אלזא, הער איך אצינד אז דער שטעטל האט פלאקראמירט א פלאן פאר אברכים צו קומען אהין וואוינען. זיי גיבן א דירה בחינם מיט טויזנט דאלער כולל געלט. ווייסט איינער אויב עס איז ריכטיג?

בכלל, וואס זאגט דער עולם, וועט עס מצליח זיין?
שבת פעברואר 08, 2014 12:53 pm#14
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
איך הער אז מענטשן האבן שוין געגעבן דעפאזיטס און מ'מופט אריין אויף פסח

מיינע געפילן איבער דעם שטעטל זענען געמישטע
פון איין זייט איז דען א ספק אז ס'שוין העכסט צייט דער עולם זאל זיך ארויסרוקן פונעם פארשאלטענעם קרוקלין?
לית מאן דפליג אז ס'נישטא קיין שום שכל'דיגע תירוץ פארוואס טויזענטער יודן לעבן דארט צאמגעשטופט אין לעכער און אין חובות בלויז ווייל דער רביס שיף האט דארט געלאנדעט
און אז איינער טוט דערין איז עס זיכער א גוטע זאך

נאר וואזשע דען?
א קליין שטעטל איז א מקום המוכן לפורעניות
סיי בעניני מחלוקת וואס ס'ברענגט און אויך לגבי דיקטאטורשאפט נוסח סקווירא און מאנרא
ווער ווייסט וויפל יודישע קינדער וועלן לכבוד דעם אויפוואקסן מער צוריקגעשטאנען און קעסטלדיג ברוחניות ובגשמיות?
זונטאג פעברואר 09, 2014 4:29 pm#15
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
קען איינער מיר מסביר זיין וואס איז די מעלה איבער מאנסי???
דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:35 am#16
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
קודם וועט עס זיכער זיין ביליגער
און נאכדעם נישט יעדער וויל גיין קיין מאנסי
מע וואוינט צו צעשפרייט פאר א ווילי מענטש
מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:31 am#17
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
איינער ווייסט מער נייעס? עס איז געקענסעלט?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:13 am#20
Re: נייער סאטמאר זאלי שטעטל בלומענגבורג נ.י.
צד רמ"ש מיט מר לאם זאגען אז דע ועד פין מהרז"ל האט פארלאנגט 25,000 לויט איין גרסה א צווייטע גרסא 10,000 דאלער פאר יעדע דירה, למעשה האבן זיי מסכים געווען, נאר זיי האבן געוואלט א גערענטי אויף דע גאנצע פראזשעק, וואס דאס מיינט אז זיי זאלן אויך זיין שותפים און דע שטח, און אויף דעים האט מר לאם נישט איינגעגאגען
צד הועד זאגט אז זיי האבען געוואלט א גערנטי אז ער גייט נישט פארקויפן דירות פאר אזעכלכע וואס עס איז נישט לריחו פינעם היימישער ציבור און מר לאם איז נישט געווען גרייט פאר דעים

יעדער קען אויסקלויבן וועים צי גלייבען לויט ווי עס קימט אים אויס בעסער