הויפט זייט » שמועסן » שלום עליכם » פירקלער אלערט

פירקלער אלערט

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 55 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #741
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:18 am#1
פירקלער אלערט
דא זאל דער עולם באריכטן ווען מען זעט א פירקלער וואס דארף ווערן אראפגעווישט פון די מאפע.

ביטע טון נאר דא, אויב מען רעאגירט אין אנדער אשכולות וועט שוין זיין שווער אויסצומעקן זיינע תגובות. ווייל די אנדערע תגובות וועלן פארלירן קאנטעקסט.

כבעט אויך זייער פון די חשובע מנהלים זאלן לטובת המקום והכלל עס נעמען ערענסט און תיכף מבער זיין די קוצים.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:07 am#3
Re: פירקלער אלערט
א יעדע ניק וואס ווען ער באקימט רשות אין מיב״מ אין הערט אויף צי שרייבן אפילו נאך אפאר טעג, איז ער אין מיינע אויגן א פירקלער וועלכע דארף זאפארט ווערען אויסגעשפארט.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:24 am#5
Re: פירקלער אלערט
אין עונשין אלא אם כן מזהירין
איך וואלט געזאגט אז אויב זעהט מען איינער שרייבט נאר גאר קורצע תגובות מיט גאר ווייניג אינהאלט, זאלן איהם די מנהלים שיקן א ווארענונג אז מ'קען נישט דא אזוי אנפירקלען דאס פלאץ
און דאן אויב איז ער ממשיך מיט זיינע זינלאזע קאטשקעריין זאל ניקו נידון ווערן בחסימה טובה לאלתר לחיים
ושלום על ישראל

לגבי שרייבן 'נאר ענגליש' אין די יודישע פארומ'ס, איז גוט מען זאל מאכן וואלן אויב מען זאל דא לאזן אזא איינעם אויב שרייבט ער תוכנ'דיג
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:27 am#6
Re: פירקלער אלערט
סנישטא קיין צו ווארטן און אויסשפארן פון מיב"מ ווי טשאקלאד זאגט, ווייל ביני לביני וועל מיר באגראבן ווערן אין גארביזש ביזן קאפ. לענ"ד, נאך צוויי דריי גארביזש תגובות זאל מען נידון ווערן בשגץ ארויס.

חוץ מזה, די חברה באדערט נישט אז מען ווארפט ארויס נאך אפאר טעג, זיי קאפיען אלעס אריבער, די בילדער און די מעשיות און רייבן זיך אויס די נעקסטע פאר וואכן דערויף וחוזר וחלילה.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:49 am#7
Re: פירקלער אלערט
סאיז אביסל טריקי ווייל סאיז דא למשל אזעלכע וואס לערנען זיך אביסל צי אין נאך א צען נארישע תגובות הייבט ער אן שרייבן פיין, אזא איינעם לוינט צי ווארטן, מקען זייער שנעל זען צי א נוק נעמט ערענסט די וואורענגען אין איז זיך מסביר אז ער טרייט בעסער, אין בפרט אז מזעט אז ער מאכט פראגרעס,לוינט צי ווארטן ביז א צען תגובות.

גיב למשל א קיק גבאי'ס ערשטע תגובות ... מהאט אבער תיכף געזען אז ער נעמט עס ערענסט, אין קיק וואס אינז האב מיר היינט...
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:04 am#8
Re: פירקלער אלערט
כ'מיין אז וויכטיגער פון אלס וואלט געווען, אז דער רבי ר' קלינער זאל מאכן אן אפיציעלן אשכול ביים אנהייב פונעם 'שלום עליכם' פארום, וואס זאל בלייבן שטענדיג בראש האשכולות [ס'דא אזא אפציע פאר מנהלים פון א פארום וועב זייטל. כמו שראיתי במקו"א].

און דארט זאל ר' קלינער מודיע זיין פאר אלע ניי געקומענע אז דא קען מען נישט שרייבן סתם אין די וועלט אריין, און אויב יא איז לא די מען וועט אים אסר'ן דריסת הרגל אין מין במינה, נאר מ'וועט אסר'ן דריסת הרגל פאר זיין ניק אינעם גאנצן פאליש קרעמל.

נאכדעם וועט מען זען די ערשטע צען תגובות - ווי טשאקלעד האט געזאגט - ווי תוכנ'דיג ס'איז, און אז ער טויג נישט וועט מען אים קענען ווארפן אן קיין ווארענונג. ווייל היה לו ללמוד מדברי הרב קלינער ולא למד.
אבער ס'איז זיכער נישט קלינער'ס דזשאב נאכצולויפן יעדן שיכור און אנווארענען אז ער זאל זיך נעמען שרייבן צום זאך.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:17 am#9
Re: פירקלער אלערט
ענק זענען אלע גערעכט, די הנהלה מוז עפעס טוען דערצו, יעדע וואך צוויי קומט אן א נייע כוכב, וואס שרייבט אזויפיל תגובות, וואס וואלט ווען געקענט צושמאלצן ווערן אלעס אין איין, און אפילו דעמאלסט וועט גארנישט ווערטפול זיין געשריבן אינדעם.
איך בין מסופק בכלל וויפיל מענטשן לייענען די צוויי עקזיסטירענדע אשכולות אויבן פון שלום עליכם, און די מין במינה תקנות העכער אלע אנדערע אשכולות.
ענק זעען דאך אז די אלע וואס ווילן אריינגיין אין מב"מ נאך צוויי תגובות, שרייבן דאס איבעראל, אנגעקאטשקעט וואו מקען נאר, "ווי אזוי גייט מען אריין אין מין במינה?" אאיז א קשיא וואס קען געטראפן ווערן אין יעדע צווייטע אשכול, ווי אויך אין די טשעט פאר ווער סהאלט מיט די שמועסן דארט.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:36 pm#10
Re: פירקלער אלערט
דאס איז טאקע געווארען א מכות המדינה.
דאס האט זיך אנגעהויבען מיט ליפא און זיך גענדיקט מיט X_________

ס'הרג'ט פשוט יעדען אשכול ווי זיי טרעטן נאר אריין.
מיר זעהט דאס אויס ווי עפעס א וויירוס, זיי קומען אריין און פארפלייצען יעדע אשכול אלטע ווי נייע מיט זינדלאזע ווערטער, אלעס אנצוקומען צו דערגרייכען דער נ' שערי קדושה.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:32 am#11
Re: פירקלער אלערט
דער חוקר כתב:אבער ס'איז זיכער נישט קלינער'ס דזשאב נאכצולויפן יעדן שיכור און אנווארענען אז ער זאל זיך נעמען שרייבן צום זאך.

בוסט מרמז אויף מיך? :roll:
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:37 pm#12
Re: פירקלער אלערט
טשאקלעד כתב:סאיז אביסל טריקי ווייל סאיז דא למשל אזעלכע וואס לערנען זיך אביסל צי אין נאך א צען נארישע תגובות הייבט ער אן שרייבן פיין, אזא איינעם לוינט צי ווארטן, מקען זייער שנעל זען צי א נוק נעמט ערענסט די וואורענגען אין איז זיך מסביר אז ער טרייט בעסער, אין בפרט אז מזעט אז ער מאכט פראגרעס,לוינט צי ווארטן ביז א צען תגובות.

גיב למשל א קיק גבאי'ס ערשטע תגובות ... מהאט אבער תיכף געזען אז ער נעמט עס ערענסט, אין קיק וואס אינז האב מיר היינט...

איך טראכט אפשר זאל מען גרינדן א קינדערגארטן\טעסט אפטיילונג וואו מ'זאל אריינשיקן די וואס פירקלען
און אויב וועט מען זעהן איינער פארבעסעהרט זיך דארט וועט מען איהם קענען צוריק אריינלאזן

אזוי וועט יעדער האבן א סעקאנד טשענס....
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:59 pm#13
Re: פירקלער אלערט
נייגעריגער כתב:
טשאקלעד כתב:סאיז אביסל טריקי ווייל סאיז דא למשל אזעלכע וואס לערנען זיך אביסל צי אין נאך א צען נארישע תגובות הייבט ער אן שרייבן פיין, אזא איינעם לוינט צי ווארטן, מקען זייער שנעל זען צי א נוק נעמט ערענסט די וואורענגען אין איז זיך מסביר אז ער טרייט בעסער, אין בפרט אז מזעט אז ער מאכט פראגרעס,לוינט צי ווארטן ביז א צען תגובות.

גיב למשל א קיק גבאי'ס ערשטע תגובות ... מהאט אבער תיכף געזען אז ער נעמט עס ערענסט, אין קיק וואס אינז האב מיר היינט...

איך טראכט אפשר זאל מען גרינדן א קינדערגארטן\טעסט אפטיילונג וואו מ'זאל אריינשיקן די וואס פירקלען
און אויב וועט מען זעהן איינער פארבעסעהרט זיך דארט וועט מען איהם קענען צוריק אריינלאזן

אזוי וועט יעדער האבן א סעקאנד טשענס....


יאלא!!!

ווער איז די קינדערגאטן רבי??

נייגעריגער ביסט מכובד, קריינא דאוגרתא וכו'.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:28 am#14
Re: פירקלער אלערט
איך מיין מעמאכט זיך דא צופיל משוגע ווער ס' א טראלל אדער א פירקלער, איינער האט אפילו געפענט אן אשכול פאר דעם!! לאז געמאכט לאז יענעם לעבן. אז׳ מען פילט א פרעשאר פארן שרייבן צו די ווערטער זענען געניג זאכליך פאר די הויכע באשפריצטע עליטע חברה דא ווערט מען נמאס פון שרייבן און יצא שכרו בהפסדו
שבת דעצעמבער 20, 2014 11:40 pm#16
Re: פירקלער אלערט
כקען נישט מחליט זיין וואס אבילב איז, פון איין זייט ווען ער שרייבט עפעס וואס איך פארשטיי וואס ער זאגט, מאכט עס סענס און סקוקט נישט אויס אבי געקאטשקעט, סהאט נאר א פנים פון איינער וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו שרייבן אידיש ווי עס דארף צו זיין.
פון די אנדערע זייט, ווען כפארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער שרייבט, קוקט עס אויס ווי נישט סתם איינער וואס קאטשקעט, נאר ווי איינער וואס רעדט זשיבעריש.
איך גיי רעדן מיט אים, אפשר אזוי וועט מען מער אויפטוען, ווייל אויב קען ער זיך צולערנען צו שרייבן אביסל נארמאל, איז א שאד אז מזאל אים פארטרייבן פון דא, קען זיין ער האט גוטע זאכן צו שרייבן.
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:42 am#17
Re: פירקלער אלערט
איך וועל עם נישט באוויינען, אפילו ווען ער שרייבט איז עס נישט ווערט מיין צייט, זאל ער גיין צום טייוול.
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:41 am#18
Re: פירקלער אלערט
מומר לתיאבון כתב:כקען נישט מחליט זיין וואס אבילב איז, פון איין זייט ווען ער שרייבט עפעס וואס איך פארשטיי וואס ער זאגט, מאכט עס סענס און סקוקט נישט אויס אבי געקאטשקעט, סהאט נאר א פנים פון איינער וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו שרייבן אידיש ווי עס דארף צו זיין.
פון די אנדערע זייט, ווען כפארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער שרייבט, קוקט עס אויס ווי נישט סתם איינער וואס קאטשקעט, נאר ווי איינער וואס רעדט זשיבעריש.
איך גיי רעדן מיט אים, אפשר אזוי וועט מען מער אויפטוען, ווייל אויב קען ער זיך צולערנען צו שרייבן אביסל נארמאל, איז א שאד אז מזאל אים פארטרייבן פון דא, קען זיין ער האט גוטע זאכן צו שרייבן.

אז דו רעדסט שוין מיט איהם, זאג איהם ביטע אז מ'פארשטייט די זעלבע ווען ער שרייבט א זאך איין מאל ווי מערערע מאל.....
ממילא ברויך ער נישט איבערלייגן זיינע תגובות....
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 4:01 pm#19
Re: פירקלער אלערט
א נייע אטאקע פון איינער וואס מיינט אז פאליש איז א טריוויע וועבסייט.
אויף יעדע שאלה א תשובה.
ווי אלט איז משה רבינו געווען די טאג וואס ער איז געבוירן?
120 יאר!
דאסמאל הייסט דער ואס קאטשקעט ארי סובל.