הויפט זייט » דבר ההנהלה » אלגעמיינע הודעות

אלגעמיינע הודעות

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #760
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
א' דצמבר 21, 2014 6:55 pm#2
Re: אלגעמיינע הודעות
צוליב דעם וואס מיר האבן קלארגעשטעלט וואס מיר ערווארטן פון עמיצער וואס קומט אהער שרייבן, און וואספארא סארט שרייבן איז נישט אקצעפטירט.

ווי עס שטעלט זיך ארויס, זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס נישט פארשטאנען, האבן מיר אויסגעשפארט איינער, וואס האט געשריבן קעגן די כללים פונעם פלאץ, ווען די שאדן איז מער פון די תועלת
א' מרץ 01, 2015 8:22 pm#4
Re: אלגעמיינע הודעות
די וועלכע האבן אנגעשמירט פאליש מיט זינלאזע תגובות זענען געווארן אויסגעשפארט אדער האבן באקומען ווארענונגען.
ווי נאר עס וועט זיך באמערקן אז אזא איינער כאפט זיך אריין און שטערט די נארמאלקייט, וועט ער נאכן ווארענען תיכף ווערן אויסגעשפארט אויב דערקענט זיך נישט אז ער זאל אויפהערן שרייבן זינלאז און נאריש.
ג' אפריל 12, 2016 8:12 pm#5
Re: אלגעמיינע הודעות
חברים האבן אונז אויפמערקזאם געמאכט, אז דא איז פארהאן א פראבלעם מיט ארויפשטעלן בילדער.
מיר קוקן אריין אינעם פראבלעם, דערווייל האבן אונז נישט באוויזן צו דערגיין וואס דער פראבלעם איז.
מיר האפן ווי אמשנעלסטן צו דערגיין דעם שורש פונעם פראבלעם און פארעכטן.
מיר אנטשולדיגן זיך און האפן צוריק צו שטעלן די בילדער אינגיכן.
אין בליק פון די ערב פסח טעג, האבן מיר נישט גלייך באמערקט דעם פראבלעם און מיר ערווארטן אייער פארשטענדעניש.
א פריילעכן ערב יום טוב, וואונטשט די הנהלה
ב' מאי 16, 2016 12:42 pm#6
Re: אלגעמיינע הודעות
מיר פרייען זיך מודיע צו זיין אז רוב פון די פראבלעמען וועלכע האבן געפלאגט דעם אלטן סיסטעם זענען מער ווייניגער פאראכטן, און האפן אז די צייט וואס די בילדער האט נישט פונקציאנירט געהעריג וועט דינען אלס ירידה לצורך עליה.
מיר אנטשולדיגן זיך פאר די חברים וועלכע האבן אזוי לאנג געווארט ביז מיר האבן באוויזן צוריקשטעלן דעם אפציע פון זען און געהעריג ארויפלייגן בילדער ווי אויך אפדעיטן דעם סיסטעם באופן כללי.
מיר ווייסן אז די נייע אויסשטעל קומט מיט מיט פארשידענע זאכן וואס וועלן מוזן איבערגעארבעט ווערן עס צו פארבעסערן, בקרוב וועלן מיר דאס פרובירן אהערצושטעלן על הצד היותר טוב, די בעסטע שייך.

די לייקס זענען נישט פארשוואונדען און דאס וועט צוריקגעשטעלט ווערן אין קורצן
א' יולי 24, 2016 7:36 pm#7
Re: אלגעמיינע הודעות
fishel'ס נאמען איז געטוישט געווארן צו ראש הממשלה.
פישי'ס נאמען איז געטוישט געווארן צו טויגליך