מעיק אפ

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #781
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ה' דצמבר 25, 2014 5:55 pm#1
מעיק אפ
איך זעה אז ס'איז דא א אשכול פין שייטל לגבי לגבי שפיצל האב איך מחליט געווען צי עפענען א אשכול ווען מעיקא''פ
איך זעה אסאך מאל בילדער פון פרויען וואס לייגן מעיקא''פ אויפן פנים אזש ס'איז ממש חלשות וויל איך הערן איינר מיינונג דערויף
ו' דצמבר 26, 2014 12:13 am#3
Re: מעיק אפ
איך גלייך בכלל נישט מעיקאפ וואס נעמט אוועק דעם נאטורליכן אויסקוק
אז מ'לייגט צו פארדעקן א פימפל אדער אויב איינע איז צו בלאס פארשטיי איך אבער סתם אונטער די אויגן וכדומה רעדט נישט צו מיר

אבער ס'זעהט אויס אז רוב מענטשן גלייכן דאס יא
ו' דצמבר 26, 2014 12:58 am#5
Re: מעיק אפ
סווענט זיך אין מיינע אויגן ווי אזוי מנוצט עס, איבערטרייבן איז קיינמאל נישט גוט, אין קיין שום זאך אין לעבן, יעדע זאך דארף זיין די מיטל וועג.

אויב זעט מען א פרוי וואס גייט אנגעטוען צו באפיצט און מיט הויכע שטיוול און מיט א פארגינערישע האלב אנטבלויזטע גוף, נאכדערצו ווען אויפן אויבערשטן חלק פון איר קערפער בלייבט נישט איבער צופיל פארן דמיון פונעם מענטש, צו דעם קומט נאך א שלייער מיט מעיקאפ, וואס באדעקט איר פנים, אירע אויגן ברעמען זענען געפארבט גאר דיק און אונטער אירע אויגען א שארפן בלויען קאליר, די ליפן פערפל אדער טינקל פינק, אינגאנצן נישט קיין נאטורליכע קאליר, און די נעגל אינגאנצן מאדנע ווי א נזיר און מיט קאלירן וואס זענען קיינמאל נישט געווען צום זאך, ווי אראנזש אדער קאלירפול.
צו אזא דעסקרופציע האב איך איין ווארט אין זינען. זונה!!!

עס איז געראטן פאר די פרויען וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו לייגן מעיקאפ און טרייבן איבער, צו גיין צו א ביוטי סאלאן, וואס דארט דארף מען לכאורה צו לייגן די סארט זאכן מיט טעם, מזאל נישט אויסקוקן ווי איינער וואס נעמט געלט פארן אויסזען, צו קענען איבערלייגן מענטשן פון די אנדערע מין
ו' דצמבר 26, 2014 3:33 am#6
Re: מעיק אפ
איך גלייך אין אלגעמיין שטארקע מעיקאפ, ווייל סאיז א סימן אז די פרוי איז געשטאנען ביים שפיגעל און פרובירט זיך צו מאכן סעקסי, איך ווער הייס פאר די מיינדסעט ביהיינד איט.
פארשטייט זיך סקען אמאל זיין מיאוס, אבער געווענליך איז עס הייס.
א' דצמבר 28, 2014 10:01 pm#8
Re: מעיק אפ
לדעתי דארף יעדער פרוי אנטוהן עפעס מעיקאפ איינער מער צו באדעקן און איינער ווינגער (חוץ פון א מיעוט שאינו מצוי וואס זענען נאטירלעך שיין און ברויכן דאס נישט פאר זיי איז ענדערשט די נאטירלעכע שיינקייט) און אודאי דארף מען וויסן ווי אזוי דאס צו לייגן וויפיל און ווי און וועלכע קאליר, און דאס איז אזאך וואס שטייט שוין אין גמרא און אפילו אין תנ"ך איז שוןין מבואר אז נשים שמירן זיך און מאכן זיך שיין און דאס איז נישט אקעגן צניעות און די אלע וואס קומען היינט מיט פרומקייטן אז מען טאר זיך נישט שמירן זאלן אביסל אריינקוקן אין די פסוקים און אין גמרא ווי מען זעהט מפורש אז אזוי איז די דרך הנשים

יעצט זאג איך מיין אייגענע טעיסט אז עס קען נישט שאטן אז מען לייגט אביסעלע דיקערע שיכטן און א גיט רייצענדע קאליר ליפסטיק מיט מאסקארא און אויף די איי-לעש עס געט אסאך צו צו די גאנצע אויסקוק פון אפרוי און עס א גאר גוטע השלמה און דאס איז פארשטייטצעך אויב מען לייגט עס ווי עס בררויך צו זיין נישט סתם פארחאזערט אזוי.....
ד' דצמבר 31, 2014 5:33 am#9
Re: מעיק אפ
עס ווענדט זיך אסאך וועלכע ברענד מעיקאפ מ'נוצט,
עס איז דא די ביליגע גארביטש וואס די מערסט נאטורליכע קאלירן דערפון גיבט א פנים פון א פוילישע קלינינג לעידי, נאכדעם איז דא טייערערע ברענדס וואס אפילו שארפערע קאלירן האבן זייער א גיטן אימפעקט
ד' דצמבר 31, 2014 4:14 pm#10
Re: מעיק אפ
עס איז דא א פראבלעים אז די מעיקאפ מאכט פימפל'ס ווייסט איינער פארוואס אדער וואס מען קען טוהן דערצו ?
ד' דצמבר 31, 2014 4:20 pm#11
Re: מעיק אפ
עס איז דא א ספעציעלער מעיקאפ רעמאווער/קלענזער וואס העלפט פארמיידן די פימפלס, אבער ע''פ רוב אז מ'שלאפט נישט אין קיין מעיקאפ אין מ'וואשט עס גיט אפ דארף דאס נישט געשעהן.
ד' דצמבר 31, 2014 11:04 pm#12
Re: מעיק אפ
ווייל ספארדעקט די הויט און שטערט די סירקיולעשן.
א' מאי 29, 2016 9:22 pm#14
Re: מעיק אפ
עי בראש וויט עי ליטל פעינט
מעיקס א וואמען וואט שי עינט


ווער קען עס ליינען.....
ב' מאי 30, 2016 2:11 pm#17
Re: מעיק אפ
עס איז דא א גרויסע חיליק צי מגייט צי א פראפעשינעל אדער מען טוט עס אליין,
און אפילו א פראפעשינעל קען נישט פיקסן יעדעם, אסאך מאל זעהט מען א פרוי אין מען טראכט עס וואלט געווען בעסער ווען זי האט נישט קיין מעיק אפ בכלל
ב' מאי 30, 2016 3:45 pm#18
Re: מעיק אפ
מען קען נישט גיין איעדען טאג צי א פרופעשינאל אבער פאר א שמחה וכדומה דארף מען יא גיין צי איינעם