סעקס און תיקון הכללי
ווי אזוי קען זיין אז פאליש עקזיסטירט אזוי לאנג און קיין אשכול אויף תיקון הכללי איז נאכנישט פאראן? - ווען ברענדא וואלט גערעדט דערוועגן וואלט שוין לאנג דא געווען עפעס אן אשכול וואו מען וואלט דאס דיסקאסירט. וואלט מען ווען אפשר געדארפט זאגן פאר ברענדא'ן (וואו נעמט מען נאך אזעלעכס???...), אז זי זאל אויסשמועסן דעם גאנצן ענין פון תיקון הכללי, זי דארף נישט מער ווי איבערזאגן די טייטש פון די תפילה פון רבי נחמן און אלעס איז שוין מסודר.
על כל פנים, איינע פון די זאכן וואס רבי נחמן האט אויפגעטאן, איז זאגן דעם תיקון הכללי און זיך דערמיט מוחל זיין די עבירות... ווער עס איז שוין אמאל געווען אין אומאן אויף ראש-השנה, האט שוין זיכער זוכה געווען צו זען סצענעס ווי אזוי אידן זענען שופך שיחם ביים זאגן דעם תיקון הכללי, צומאל קען מען זען א יונגער בחור'ל זיך אויסוויינען אויף זיינע זינד, און מען קען דערקענען לויטן זאגן וואס עס דרוקט אים און וואו ער האלט מיט אידישקייט.
איך בין זיכער אז פיל האבן שוין מיטגעלעבט עפיזאדן מיטן תיקון הכללי. איך וועל נאר דערציילן איין זאך וואס איך האב געזען, פארנדיג אין ארץ ישראל אויף א באס, ווי אזוי א בעל תשובה זיצט אינאיינעם מיט זיין פרוי, ווען זי זיצט אים אויפן שויס, אינגאנצן אריינגעקוועטשט, און יענער האלט א תיקון הכללי און ער זאגט... עס האט מיר געברענגט צום לאכן...
ווער עס האט נאך מעשיות איז מכובד...