רייבערייען אינערהאלב די יוסף משפחה
הרב עובדיה יוסף, האט איבערגעלאזט אויסער ספרים און א שול נכסים וואס זענען ווערט מיליאנען מיט שקלים.
די אפענע פאליטיק וואס גייט פאר איבער זיין נאמען צווישן אלי ישי און אריה דערי, איז כאין וכאפס צווישן די סכסוך וואס קומט פאר אינערהאלב די משפחה איבער די נכסים וואס הרב יוסף האט איבערגעלאזט צוזאמען מיט די רעכטן אויף זיינע ספרים, וואס ווערן אויך געשאצט צו זיין שווערע געלטער.
דער הויכפונקט פון די נכסים איז די הויז אין וועלכע הרב עובדיה האט געוואינט אין הר נוף, ירושלים. די הויז איז געשאצט צו זיין ווערט זעקס מיליאן שקל בערך וואס אין דאלער גערעדט קומט עס אויס צו א חשבון פון איין און א האלב מיליאן דאלער.
די רייבעריי אינערהאלב די פאמיליע האט שוין צוגעברענגט צו דעם, אז א ריכטער איז געשטעלט געווארן צו זיין א שליש אינעם פאליטיק, און זען צו צעטיילן די ירושה, דאס קומט נאכדעם וואס די אדוואקאט וואס האט געהאלטן הרב יוסף'ס צוואה, איז שוין נפטר געווארן, און ער האט דאס נישט געקענט אויספירן. אינעם צוואה שרייבט הרב עובדיה, אז זיין יונגסטע זון משה באקומט די רעכטן איבער די ספרים און די כוללים, זיין פריוואטע ביבליאטעק און נאך אנדערע זאכן. סמוז באצייכענט ווערן, אז די וועלכע האבן קעיר גענומען פון הרב עובדיה אין זיינע לעצטע יארן, זענען טאקע געווען משה און זיין ווייב יהודית.
אינעם ריס צווישן די צוויי אדער אפילו דריי זייטן, געפונען זיך עטליכע פון די קינדער, פון איין זייט משה וועלכע האט ווי פריער געשריבן קעיר גענומען פון די הויז, צוזאמען מיט זיין ברודער הרב אברהם יוסף, וועלכע איז די ספרדישע שטאטס רב פון חולון.
פון דער אנדערער זייט, געפונען זיך די צוויי ברודער, הרב יצחק יוסף, די הויפט רב פון ישראל, אינאיינעם מיט דוד יוסף, וועלכע איז נאמינירט געווארן אלס א מיטגליד פון מועצת חכמי התורה פון ש"ס. מיט זיי שטייען צוויי טעכטער פון הרב עובדיה, עדינה בר שלום און מלכה ששון.
אויסער די צוויי קבוצות, איז פארהאן א דריטע צד אינעם ריס, דאס זענען אייניקלעך פון הרב עובדיה. די עלצטע זון הרב יעקב יוסף, וועלכע איז נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק פון א שווערע מחלה, האט איבערגעלאזט א גרויסע משפחה נאך זיך. למעשה די זון הרב יעקב, איז יארן לאנג געווען אויסגעשלאסן פון די משפחה, און א שווארצע קאץ איז אריבערגעלאפן צווישן אים און זיין טאטע און די אנדערע חלקים פון די משפחה. סמוז אבער באצייכענט ווערן, אז ער איז געווען א חשובע רב, און פון אלע קינדער פון הרב עובדיה, איז ר' יעקב פארעכנט אלס די תלמיד חכם און ערליכער.
אפילו ער האט שוין נישט געלעבט בשעת הרב עובדיה, זענען זיינע יורשים אויך א צד אינעם פאליטיק, וואס למעשה קיינער פון די אנדערע צוויי זייטן רעכענען זיך נישט מיט ר' יעקב'ס קינדער.
די פיר געשוויסטער באשולדיגן הרב אברהם מיט דער יונגסטער קינד משה, מיט אויסליידיגן באנק אקאונטס און זיכער מאכן אז זאכן גייען אריבער צו אים אנדעם וואס די אנדעע זאלן באמערקן און נאך אנדערע טענות.
הרב אברהם האט באצייכענט, "אז סבאדערט אים זייער שטארק אז די מעשה קומט אן אין געריכט, און אז א ריכטער ווערט א שליש צו צעטיילן די ירושה, נארמאלערהייט דארף מען גיין צום דין תורה, דאס איז א חרפה און א בושה פאר די רבנישע משפחה אז מדארף צוקומען צום געריכט."
אויסער די הויז פון הרב עובדיה, וועלכע איז צעטיילט אויף דריי שטאק, איין שטאק איז געווען זיין דירה, איין שטאק די זון משה'ס דירה און אונטן האט מען אויפגעשטעלט א שול. איז פארהאן נאך צוויי דירות וועלכע זענען געווען אונטער זיין אייגענטום. ווי פריער דערמאנט האט הרב עובדיה אויך געהאט א ריזיגן לייברערי מיט טויזנטע ספרים, דורכאויס זיין לעבן האט ער געקויפט ספרים ווען ער האט נאר געהאט אן איבריגע פיאסטער אין טאש. אויף אסאך ספרים האט ער צוגעשריבן הגהות און הערות, ואס זיין זון משה האט גע'ירש'נט, און לכאורה האט ער די רעכטן אויף יענע ספרים.
בשעתן שבעה, זענען די אלע ספרים שענק פארזעצט געווארן מיט גרויסע פלייוואדס, אז קיינער זאל זיך נישט גערוואגן צו פרובירן צו גנבנען עטליכע ספרים.
משה איז בשעתן לעבן און אויך היינט זייער מאכטפול אינעם משפחה, ספעציעל נאכדעם וואס ער האט יארן לאנג זיך מטפל געווען מיטן אלטן טאטע, ווען אנדערע מענטשן אין די משפחה זענען געווען פארנומען מיט אנדערע זאכן, הרב עובדיה קוקט אויס האט דאס זייער מחשיב געווען און אים צוגעטיילט אסאך א גרעסערע טייל אין די ירושה ווי פאר די אנדערע, דאס רעכנט אויך אריין די רעכטן איבער די ספרים וואס הרב עובדיה האט מחבר געווען.
ווי אזוי קען מען אן די לאנדס פאליטיק. משה יוסף ווערט פארעכנט אלס אן ארכי שונא פון דערי, ווי מקען זען אינעם ווידעא קליפ וואס איז פארשפרייט געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק. הרב אברהם האט אויך א סכסוך מיט דערי איבער אנדערע עניינים. דוד יוסף וועלכע האט איבערגענומען דעם טאטנס בענקל אין די מועצת חכמי התורה, דארף זיך באדאנקן פאר דערי פארדעם, ווען נישט דאס וואלט ער גאר שנעל אראפ פונעם מאפע און מוואלט פארגעסן פון אים, קיין גרויסע תנא קמא איז ער נישט, די זעלבע איז מיט מדינת ישראל'ס רב הראשי הרב יצחק יוסף, וועלכע איז נישט געווארן רב בזכות עצמו.
די פאליטיק פון די ספרדים באופן כללי יעצט אין ישראל, זעט זיך אן אין די פאליטיק פון די משפחה אויך, און ווי סקוקט אויס האט דערי א האנט דארט אויך, הגם נישט אפענערהייט