הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » מחשבה » איז פלייש עסן מאָראַליש?

איז פלייש עסן מאָראַליש?

40 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

40 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 73 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #902
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:04 pm#1
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
מיר זהעט אויס אז ווער עס האט באשאפן די וועלט
האט באשאפן אלא באשעפענישן,
און ער האט מחליט געווען אז מענטשן מעגן עסן בהמות אדיר טשיקען
דעריבער איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט דער גאנצער נושא
דינסטאג ספעטעמבער 01, 2015 11:27 am#2
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
גראדע געווען אסאך ערליכע אידן וואס האבן זיך אפגעהאלטן צו עסן פלייש בזמן הגלות
דינסטאג ספעטעמבער 01, 2015 4:59 pm#3
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
ליבע כתב:פלייש פון א געשטארבענע בהמה וואס איז געשטארבן פון זיך אליין וואלסטו יא געגעסן ?

ניין.
ליבע כתב:ביי די וועי דיין טענה איז פונקט אזוי אויף אונזערע קליידע וואס אונז טראג מיר אבער לכוארה די וואל נעמט מען עניוועי אראפ און די בהמה בלייבט נאך לעבן עניוועי

איך גלויב נישט אין ספיסישיזם (speciesism) אין סיי וואספארא אופן, ממילא אפילו די באשעפעניש בלייבט לעהבן זעה איך נישט מיט וואספארא רעכט מיר האבן די רעכט אפצושניידן זיין וואל, צונעמען איהרע אייער אדער מילך אא״וו
מיטוואך ספעטעמבער 02, 2015 9:01 am#4
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
נייגעריגער כתב:

און מיט וואסערע רעכט שניידסטו אפ שיינע קאטאן ביימעלעך און נוצט די בלומעלעך צו מאכן וועש...

איך מיין אז פאר דיר איז גילטיג די פראז i'll rather go naked then wear fur... עם נישט נאר פור נאר סיי וועלכע וועש!
מיטוואך ספעטעמבער 02, 2015 2:43 pm#5
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
נייגעריגער כתב:
ליבע כתב:פלייש פון א געשטארבענע בהמה וואס איז געשטארבן פון זיך אליין וואלסטו יא געגעסן ?

ניין.
ליבע כתב:ביי די וועי דיין טענה איז פונקט אזוי אויף אונזערע קליידע וואס אונז טראג מיר אבער לכוארה די וואל נעמט מען עניוועי אראפ און די בהמה בלייבט נאך לעבן עניוועי

איך גלויב נישט אין ספיסישיזם (speciesism) אין סיי וואספארא אופן, ממילא אפילו די באשעפעניש בלייבט לעהבן זעה איך נישט מיט וואספארא רעכט מיר האבן די רעכט אפצושניידן זיין וואל, צונעמען איהרע אייער אדער מילך אא״וו

די וואל נעמט מען עניוועי אראפ

אפשר זענען די בהמות מסכים עס צו געבן פאר דיר אזו ווי דו ביסט אמאל מסכים צו געבן בלוט פאר א צווייטן
מיטוואך ספעטעמבער 09, 2015 8:16 pm#6
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
פישי כתב:
נייגעריגער כתב:
ליבע כתב:פלייש פון א געשטארבענע בהמה וואס איז געשטארבן פון זיך אליין וואלסטו יא געגעסן ?

ניין.
ליבע כתב:ביי די וועי דיין טענה איז פונקט אזוי אויף אונזערע קליידע וואס אונז טראג מיר אבער לכוארה די וואל נעמט מען עניוועי אראפ און די בהמה בלייבט נאך לעבן עניוועי

איך גלויב נישט אין ספיסישיזם (speciesism) אין סיי וואספארא אופן, ממילא אפילו די באשעפעניש בלייבט לעהבן זעה איך נישט מיט וואספארא רעכט מיר האבן די רעכט אפצושניידן זיין וואל, צונעמען איהרע אייער אדער מילך אא״וו

און מיט וואסערע רעכט שניידסטו אפ שיינע קאטאן ביימעלעך און נוצט די בלומעלעך צו מאכן וועש...

m https://www.youtube.com/watch?v=__7wzd8xxfw m

m https://www.youtube.com/watch?v=gs99Q37Zq5A m

m https://www.youtube.com/watch?v=jS-BlqxFmIo m
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:10 pm#7
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
ליבע כתב:
נייגעריגער כתב:
ליבע כתב:פלייש פון א געשטארבענע בהמה וואס איז געשטארבן פון זיך אליין וואלסטו יא געגעסן ?

ניין.
ליבע כתב:ביי די וועי דיין טענה איז פונקט אזוי אויף אונזערע קליידע וואס אונז טראג מיר אבער לכוארה די וואל נעמט מען עניוועי אראפ און די בהמה בלייבט נאך לעבן עניוועי

איך גלויב נישט אין ספיסישיזם (speciesism) אין סיי וואספארא אופן, ממילא אפילו די באשעפעניש בלייבט לעהבן זעה איך נישט מיט וואספארא רעכט מיר האבן די רעכט אפצושניידן זיין וואל, צונעמען איהרע אייער אדער מילך אא״וו

די וואל נעמט מען עניוועי אראפ

אפשר זענען די בהמות מסכים עס צו געבן פאר דיר אזו ווי דו ביסט אמאל מסכים צו געבן בלוט פאר א צווייטן

m https://www.youtube.com/watch?v=M5Ge5raSOfU m
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 8:36 pm#8
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
וואל איז איין זאך, וואס טוט זיך מיטן ביווער אדער דעם פאקס, אפשר זייד טאר מען אויך נישט נוצן, הגם דאס איז היינט סינטעטיש, און אפשר די שטריימל אויך מנוצט שוין נישט די וויידלעך פון א פאקס.
אבער דאס נעמט אריין אסאך חלקים אין זיך.
אגב כהאב לעצטענס ערגעץ געלייענט, אז אין א"י איז דא א שטארקע וועזשעטעריען און וויגען מאוומענט ביי רעליגיעזע, סוואונדערט מיר אבער ווי אזוי קען די צוויי זאכן גיין צוזאמען?!
כמיין די פשוטע זאך פון אנטוען א טלית אדער א טלית קטן, לייגן תפילין, לייענען די תורה, נוצן א מזוזה, די אלע זאכן האבן צוטוען מיט נוצן די בהמה נאכן שחטן, נבילה קען מען דאך נישט נוצן.
סתם א וואנדער, אפשר נייגעריגער העלפסטו דא ארויס מיט דעם, קען מען זיין א וויגען און זיין פרום? סקוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:04 pm#9
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
ביסט זיך טועה לגבי נבילה. זעה דא די הלכה מפורשת (או"ח סי' ל' סעיף י"ב):
יהיה הקלף מעור בהמה וחיה ועוף הטהורים אפילו מנבילה וטריפה שלהם
m https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... 7%99%D7%91 m

ממילא אן אולטרא-ארטאדאקסישער יוד וואס וויל זיין א כשר'ער וויגען וועט לכאורה פשוט מוזן אליין - אדער צאהלן פאר איינעם זאל עס טוהן אנשטאָהדט עהם - אויפציהען א בהמה און ווארטן ביז ס'שטארבט פון זיך אליין, און דאן וועט ער קענען ניצן זיין הויט פאר תפילין און מזוזה, אדער וואָל פאר ציצית (די ט"ק אליין מוז דאך נישט זיין פון וואָל)

אבער ב"ה אז איך האב נישט דעי פראבלעהמען....

זיך צוריקהאלטן פון עסן פלייש\פיש\מילכיגס און אייער איז דאך בכלל נישט קיין פראבלעהם עפ"י הלכה
מ'קען מאכן א גאהר געשמאקן טשאלנט מיט פאלשע-פלייש און די זייטיגע תוצאות זענען אז ס'געזונטער און מ'פיהלט בעסער דערנאך...

א דאנק פארן אויפמערקן איבער די אויפוואכונג ביי די פרומע אין ישראל
איך זעה אז ביסט גערעכט
m http://www.kikar.co.il/%D7%94%D7%A6%D7% ... D7%94.html m
m http://www.mako.co.il/video-blogs-tal-g ... c41006.htm m

איך האב טאקע געלייענט לעצטנס אז מעקדאנעלדס דארט וועט האבן א וועגאנישע-בורגער...
מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:29 am#10
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
מיט א תורה׳דיגע בליק איז קלאר אז די אייבערשטער האט מפקיר געווען די חי פארן מדבר (נישט צו פייניגן ח״ו), און דאס איז מבואר אין כמה ספרים אז די סיבה פארוואס מען דארף געבן קודם צו עסן פאר די בהמה, איז וויבאלד מען דארף דאך מעלה זיין אלעס, עסט דער מדבר דעם חי, וואס דער חי עסט צומח, וואס וואקסט פון א דומם, איז צו פאדערן פון א מדבר צו עסן נאר צומח איז זייער נאריש, ווייל אויב נישט מתקן צו זיין דעם חי (וואס נאר א מדבר קען) וואס זוכט דער קו אויף דעם וועלט???
מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:41 am#11
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
מלוה מלכה כתב:מיט א תורה׳דיגע בליק איז קלאר אז די אייבערשטער האט מפקיר געווען די חי פארן מדבר (נישט צו פייניגן ח״ו), און דאס איז מבואר אין כמה ספרים אז די סיבה פארוואס מען דארף געבן קודם צו עסן פאר די בהמה, איז וויבאלד מען דארף דאך מעלה זיין אלעס, עסט דער מדבר דעם חי, וואס דער חי עסט צומח, וואס וואקסט פון א דומם, איז צו פאדערן פון א מדבר צו עסן נאר צומח איז זייער נאריש, ווייל אויב נישט מתקן צו זיין דעם חי (וואס נאר א מדבר קען) וואס זוכט דער קו אויף דעם וועלט???

די קו ווערט מתוקן ביים זאגן תיקון כללי מיט אלע אנדערע בהמות.
כהאב געזוכט די תורה'דיגע בליק דיינע אינעם תורה, אין ערגעץ נישט געטראפן אז די בהמות דארפן א תיקון.
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 1:24 am#12
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
מומר לתיאבון כתב:

נישט געטראפן?? דאן זוך בעסער... דאס איז דאך די סיבה פארוואס דער בהמה דארף קודם עסן. ומינך: וויבאלד א קו קען נישט זאגן תיקון הכללי, און ער קען זיך נישט מעלה זיין דארפן מיר עס טון.
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 3:00 pm#13
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
און יעדעס ווארט איז איבריג נעבעך.
זאג דו האסט געזוכט וואו סשטייט? אז איך זאל זוכן! ברענגסט זאכן וואס שטייען נישט אבער איך דארף עס זוכן פאר דיר.
קורווע אישטען באסאמעג.
מאנטאג מערץ 07, 2016 3:43 pm#14
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
מומר לתיאבון כתב:און יעדעס ווארט איז איבריג נעבעך.
זאג דו האסט געזוכט וואו סשטייט? אז איך זאל זוכן! ברענגסט זאכן וואס שטייען נישט אבער איך דארף עס זוכן פאר דיר.
קורווע אישטען באסאמעג.

איך האב עס געזוכט און געטראפן!! עס איז א אלשיך הק׳ פרשת אחרי ד״ה בזאת יבוא אהרן, ווערט אויך געברענגט אין ספר גן רוה עה״ת פרשת נח. עיין שם ותמצא נחת. און לגבי די ליגנט אז ״עס שטייט נישט״, האט ער א עקסטערע שמועס... קורווע אישטען באסאמעג....
זונטאג מערץ 13, 2016 2:25 pm#15
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
פשיהא א נייע תורה געטראפן. אין די תורה האסטו געזוכט אז האסט געמוזט קריכן צו מפרשים און נישט געקענט טרעפן אין תורה שבכתב אדער אין גמרא והלכה?
כפארשטיי דיין פראבלעם.
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:02 am#16
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
דו ביזטעך א מומר להכעיס!!! האסט געמיינט אז עס איז א פסוק??? והעליתם את החי למדבר?? אוודי איז עס א מפורש!! נעקסט טיים שרייב: עס שטייט נישט אין תנ׳״ך... יא עס שטייט!! און מעגסט צוריק-ציען פון דיינע נארישע דיבורים.
שבת מערץ 19, 2016 12:35 pm#17
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
זאגסט דאך אליין אז סשטייט נישט אין תנ"ך נאר אין אן אלשיך, גראדע קוק גוט איבער וואס כהאב געשריבן, "כהאב געזוכט אין די תורה וכו'," סקוקט אויס ווי דו ווייסט נישט, תורה איז די ערשטע חלק פון תנ"ך.
ת'ורה נ'ביאים כ'תובים.
סאיז נישטא קיין א' דארט וואס שטייט פאר אלשיך און אויך נישט קיין ג' פאר גן רווה.
ווען דו ווילסט צולייגן זאכן צום תורה, טו עס אויף דיין אייגענע האנט, סהאט אבער גארנישט צו טוען מיט די אידנס תורה.
זונטאג מערץ 20, 2016 12:44 am#18
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
האב איך עס דען צו געלייגט?? דער הייליגער אלשיך וואס האט געקענט די פנימיות התורה, טייטשט עס אריין אין פסוק, און איך בלעים דיך נישט פארן נישט קענען דעם אלשיך, עס איז זיכער דא נאך אסאך וואס קענען עס נישט, אבער נאך מען קען עס איז פשוט אז אז עסן פלייש איז שוין איינמאל מאראליש!!
זונטאג מערץ 20, 2016 5:42 am#19
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
דער אלשיך איז נישט די תורה, ער האט עס צוגעלייגט צו די תורה, קען זיין טאקע דורך א שיין פשט, אבער די תורה בלייבט די פינעף בענדער און דעטץ איט.

וואס איך זאג איז, אז אפילו ווען אין די תורה שטייט עפעס מיינט נאך נישט אז עס ווערט שוין מאראליש, דארט טרעפט מען אסאך אים מאראלישע זאכן.
זונטאג מערץ 20, 2016 10:32 am#20
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
די עולם טענהט זיך דא אויב מענטשען זענען חשובער פין בהמות אין עופות אדער נישט, אין אויב מענטשען זענען חשובער דעמאלס מאכט עס מאראליש צי עסען פלייש. מאן יימר? אפשר פינקט פארקערט.? אפשר וויבאלד מענטשען זענען חשובער מאכטמאכט עס עסען פלייש נישט מאראליש ווייל זיי האבען דער שכל צי פארשטיין אז עס איז נישט מאראליש?
א' מרץ 20, 2016 7:00 pm#21
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
אביחי כתב:אפשר וויבאלד מענטשען זענען חשובער מאכטמאכט עס עסען פלייש נישט מאראליש ווייל זיי האבען דער שכל צי פארשטיין אז עס איז נישט מאראליש?

זיכער אזוי.
ממה נפשך ברויכן מיר פראביהרן מיט אלע מעהגלעכקייטן צו פארמיידן פּיין און צער פון אלע בעלי חיים
א' מרץ 20, 2016 7:44 pm#22
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
יא, עסן פלייש איז מאראליש.
די וועלכע האבן אוועקגעשטעלט אזא מושג ווי "מאראל", האבן געהאלטן אז מענטשן מעגן עסן פלייש.
אויב האלסטו אנדערש, דאן גיב דיין שיטה א צווייטע נאמען, נישט "מאראל".
אבער איינמינוט, אויב נישט קיין מאראל, דאן פארוואס נישט עסן פלייש?
ווער זאגט אז א מענטש איז משועבד צום מאראל?
ב' מרץ 21, 2016 12:56 am#23
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
מאראל איז נישט א זאך וואס א מענטש האט אהער געשטעלט, די גאנצע קאנסאפט פון מאראל איז געקומען צוזאמען מיט עוועלאושן.

ווען מענטשן האבן אנגעהויבן צו וואוינען מיט אנדערע מענטשן האט מען אנגעהויבן צו זעהן, אז למשל אויב איך וויל נישט ווערן געהארגעט, וויל יענער פינקט אזוי נישט, סאו איך גיי אים עס נישט טון, און נאר אזוי האבן מענטשן געקענט בלייבן דא.

סאו עס איז נישט דא אזא זאך דער מענטש וואס האט אוועק געשטעלט מאראל, האבן געהאלטן אז מענטשן מעגן עסן פלייש.
ווער זאגט אז א מענטש איז משועבד צום מאראל?

ווען א מענטש ווייסט אז טאמער איך בין נישט מאראליש, וועט יענער אויך נישט זיין, דאס אליין מאכט א מענטש משועבד צו מאראל
ו' מרץ 25, 2016 7:02 pm#24
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
דאכצעך אבער אז נישט דאס איז דער אפטייטש פן מאראל
דאס פון וואס דו רעדסט, איז פשוט "שכל" אדער "קאמען סענס". אז איך וועל דיר טשעפען, וועסטו מיר צוריק טוהן. דאס איז בחינת "יראת העונש", וואס האט מיט מאראל גאהרנישט.
"מאראל" אבער מיינט, אז אפי' ס'וועלן נישט זיין קיין שום קאנסעקווענצן טוה איך עס אויך נישט. פשוט ווייל איך פארשטיי אז ס'אומריכטיג דאס צו טוהן. ווייל איך טראכט פונעם קרבן אין איך לייג זיך אריין צו פארשטיין א צווייטן אפילו איך בין נישט מחוייב און ס'מיר גוט אזוי און איך וועל גאהרנישט דערלייגן אפי' איך גנבע\רעיפ\הארגע א צווייטן

---------------
שחר כתב:יא, עסן פלייש איז מאראליש.
די וועלכע האבן אוועקגעשטעלט אזא מושג ווי "מאראל", האבן געהאלטן אז מענטשן מעגן עסן פלייש.

נישט ריכטיג.
אויסער דער פאקט אז עסן בעלי חיים איז אלעמאהל געוועהן אינטער פראגע-צייכן ביי אינטעלעקטועלן, האבן זיי פילמאהל פשוט נישט געהאט עפעס אנדערש וואס צו עסן. א זאך וואס איז היינט דער מציאות אנדערש.
אויך איז קיין ספק אז אפי' די וואס וואלטן אפראווד דאס עצם פלייש-עסן, איז אבער די אופן ווי אזוי עס וועהרט פראדוציהרט היינט צו טאהג אומריכטיג בלי ספק.
א' מרץ 27, 2016 2:03 pm#25
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
אויסער דער פאקט אז עסן בעלי חיים איז אלעמאהל געוועהן אינטער פראגע-צייכן ביי אינטעלעקטועלן, האבן זיי פילמאהל פשוט נישט געהאט עפעס אנדערש וואס צו עסן. א זאך וואס איז היינט דער מציאות אנדערש.

איך ווייס נישט ווי דו שטייסט אויפן לייטער פון אמונה-כפירה. אבער סיי ע"פ תורה און סיי ע"פ אוואלוציע זענען דיינע ווערטער נישט ריכטיג.
ע"פ תורה, האט אדם הראשון נישט געמעגט עסן פלייש, און נח און זיינע קינדער יא, וויבאלד אלע באשעפענישן זיינען ניצולל געווארן בזכותם.
און ע"פ אוואלוציע האבן די ערשטע מענטשן געלעבט אויף פלייש, צא ולמד פון דיינע הינט ציינער.
אויך איז קיין ספק אז אפי' די וואס וואלטן אפראווד דאס עצם פלייש-עסן, איז אבער די אופן ווי אזוי עס וועהרט פראדוציהרט היינט צו טאהג אומריכטיג בלי ספק

דאס איז אויך נישט ריכטיג, אמאל זיינען די אופנים צי הרגענען געווען אסאך מער צער ווי היינט.
ד' מרץ 30, 2016 2:01 am#26
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
שחר כתב:
אויך איז קיין ספק אז אפי' די וואס וואלטן אפראווד דאס עצם פלייש-עסן, איז אבער די אופן ווי אזוי עס וועהרט פראדוציהרט היינט צו טאהג אומריכטיג בלי ספק

דאס איז אויך נישט ריכטיג, אמאל זיינען די אופנים צי הרגענען געווען אסאך מער צער ווי היינט.

צו די אופנים פון די עצם הריגה איז געוועהן מעהר צער אדער ווייניגער קען מען נאך אפשר דן זיין, אבער דאס סיסטעמאטישע אויפציהען ביליאנען באשעפענישן אין א ד' על ד' שטייג אהן זעהן די שיין פון די זון און באטרעהטן דעהם באדן פון די ערד כל ימי חייהם ביזן פיהרן צום שלאכטהויז איז אמאהל נישט געוועהן
m https://www.youtube.com/watch?v=AtWO83pf3Mc m
m https://www.youtube.com/watch?v=L_vqIGTKuQE m
ג' אפריל 05, 2016 10:01 pm#27
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
שחר כתב:
אויסער דער פאקט אז עסן בעלי חיים איז אלעמאהל געוועהן אינטער פראגע-צייכן ביי אינטעלעקטועלן, האבן זיי פילמאהל פשוט נישט געהאט עפעס אנדערש וואס צו עסן. א זאך וואס איז היינט דער מציאות אנדערש.

איך ווייס נישט ווי דו שטייסט אויפן לייטער פון אמונה-כפירה. אבער סיי ע"פ תורה און סיי ע"פ אוואלוציע זענען דיינע ווערטער נישט ריכטיג.
ע"פ תורה, האט אדם הראשון נישט געמעגט עסן פלייש, און נח און זיינע קינדער יא, וויבאלד אלע באשעפענישן זיינען ניצולל געווארן בזכותם.
און ע"פ אוואלוציע האבן די ערשטע מענטשן געלעבט אויף פלייש, צא ולמד פון דיינע הינט ציינער.

איך האב דען געזאהגט אז מ'האט נישט? איך האב געשריבן אז ס'איז אלעמאהל געוועהן אינטער פראגע-צייכן.
כ'האף אז איהר זענט גענוג פארשטענדלעך צו באגרייפן, אז דער פאקט אז מ'האט אמאהל עפעס געטוהן מאכט עס נישט גערעכט
נאך א טענה איז, אז אמאהל איז נישט געוועהן אזא שפע פון עסן איבעראהל ממילא האט מען בלית ברירה געמוזט צוקומען צו פלייש (כאטש גאהר ווייט פון אזא קוואנטום ווי היינט). היינט איז אבער אנדערש דער מציאות, ממילא קען עס זייער שוועהר וועהרן בארעכטיגט. בפרט ווי אזוי מ'באגייט זיך מיט זיי אין די פאבריקן, וואס איז אויך אסור עפ"י תורה משום צער בעלי חיים.

אהן אריינגיין צו מ'האט טאקע געלעהבט אויף פלייש צו נישט: איך האב נישט קיין הינט-ציינער און דו אויך נישט. האסט שוין אמאהל געזעהן די ציינער פון א הינט? זיי זענען לעהנגער, שארפער און קייען אנדערש.
ביאלאגיש זענען מיר בלי ספק הארביוואר'ס, אזוי ווי רובא דרובא באשעפענישן. זעה דא מעהר m https://www.youtube.com/watch?v=Z4NsMiOMmCY m
ד' אפריל 06, 2016 2:19 am#28
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
נייגעריגער כתב:אהן אריינגיין צו מ'האט טאקע געלעהבט אויף פלייש צו נישט: איך האב נישט קיין הינט-ציינער און דו אויך נישט. האסט שוין אמאהל געזעהן די ציינער פון א הינט? זיי זענען לעהנגער, שארפער און קייען אנדערש.
ביאלאגיש זענען מיר בלי ספק הארביוואר'ס, אזוי ווי רובא דרובא באשעפענישן. זעה דא מעהר https://www.youtube.com/watch?v=Z4NsMiOMmCY

בלי ספק?

די אנגענומענע שיטה היינט איז אז די מענטשליכע גוף איז אדאפטירט צו עסן ביידע, אמניווארוס.
הא לך קצת מדברי החוקרים ( m http://www.theecologist.info/page14.html m ), אבל כשתחפש תמצא שכל החוקרים שאינם נוטים לשטות הצמחוניות, סוברים כן:
Some vegetarian groups claim that since humans possess grinding teeth like herbivorous animals and longer intestines than carnivorous animals, this proves the human body is better suited for vegetarianism. This argument fails to note several human physiological features that clearly indicate a design for animal product consumption. First and foremost is our stomach's production of hydrochloric acid, something not found in herbivores. Furthermore, the human pancreas manufactures a full range of digestive enzymes to handle a wide variety of foods, both animal and vegetable. While humans may have longer intestines than animal carnivores, they are not as long as herbivores; nor do we possess multiple stomachs like many herbivores, nor do we chew cud. Our physiology definitely indicates a mixed feeder, or an omnivore, much the same as our relatives, the mountain gorilla and chimpanzee (who have been observed eating small animals and, in some cases, other primates).

ווער נישט איבערגערעדט פון עטליכע יוטוב קליפס פון וועדזעטעריענס.
ה' אפריל 07, 2016 1:23 am#29
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
א דאנק פאר די לינק
וועהר אבער נישט איבערגערעדט פון אן אלטע אומוויסנשאפטלעכער ארטיקל פון אן אנטי-וועדזשיטעריען.

איך האב דורכגעלייענט טיילן פון די ארטיקל און כ'מוז זאהגן אז אזעלכע שטותים האב איך שוין לאנג נישט געזעהן, די מקורות דארט אונטן זענען אלע פון אלטע (אומקראנטע) ביכער, ארטיקלען אדער נייעס פראגראמען און ער ווארפט צאם הודו מיט קוש אין זיינע ארגומענטן.
ער טוט בעסיקלי פּראומאוטן, צווישן די שורות, די "פּעיליאו דייעט" - וואס איז במקורה אן איינפאכער שווינדל. דער דאקטאר Stephen Byrnes וואס האט אנגעהבלעך געשריבן דעהם ארטיקל איז געוועהן א מעמבער פון די Weston A. Price פונדאציע, וואס איז נישט א וויסנשאפטליכע באזיהרטער ארגאנאזאציע און ער האט בכלליות נישט געגלויבט אין אנגענומענע מעדיצינישע פראקטיציהרונגען (זעה דא איבער דעהם ציין דאקטער פרייס זעלבסט און זיינע ערפינדונגען m http://rationalwiki.org/wiki/Weston_A._Price m )

אבער יעהדנפאלס איז נישט אינעם דאזיגן אשכול דאס פלאץ דערפאר.
דא רעדט מען פון עסן באשעפענישן פון א ריין מאָראַלישן שטאנדפונקט. ממילא אפילו לאמיר זאהגן אז ביאלאגיש זענען מיר יא אויסגעשטעלט צו קענען עסן פלייש איז די פראגע אויב מיר קענען זיך באגיין אהן דעהם - און דאס איז בלי ספק קלאהר באוויזן געווארן איינמאהל און נאכאמאהל בלי פּראָמינענטער אננעמבארער חולק - ממילא איז די פראגע אויב ס'נאך אלץ היינט צו טאהג מאראליש צו אנטיילנעמען אין אזעלכע גרוילטאטן

כ'וועל זיך עהרלויבן צו צוברענגען עטלעכע דוגמאות פון שטארקע מאמרים פון באריהמטע פערזענלעכקייטן, צו אינטערשטיצן מיין אויבנדערמאנטע באהויפטונג אז עסן פלייש איז אלעמאהל געוועהן אינטער פראגע צייכן ביי אינטעלעקטועלן
(האפענטלעך איז דער עולם דא באקאנט מיט די נעהמען)

It is very significant that some of the most thoughtful and cultured men are partisans of a pure vegetable diet - Mahatma Gandhi

as long as there are slaughterhouses there will be battlefields - Leo Tolstoy

In their behavior toward creatures, all men are Nazis - Isaac Bashevis Singer

Nothing will benefit human health and increase chances for survival of life on Earth as much as the evolution to a vegetarian diet - Albert Einstein

I became a vegetarian after realizing that animals feel afraid, cold, hungry and unhappy like we do - cesar chavez

We cannot have peace among men whose hearts find delight in killing any living creature - rachel carson

The time will come when men such as I will look upon the murder of animals as they now look upon the murder of men - Leonardo Da Vinci

I hold that the more helpless a creature, the more entitled it is to protection by man from the cruelty of man - Mahatma Gandhi

If a man earnestly seeks a righteous life, his first act of abstinence is from animal food - Leo Tolstoy

As long as people will shed the blood of innocent creatures there can be no peace, no liberty, no harmony between people
Slaughter and justice cannot dwell together - Isaac Bashevis Singer
ה' אפריל 14, 2016 4:07 pm#30
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
איז האניג עסן א פארלעצונג אין וויגעניזם?

למעשה די וועג וויזוי האניג ווערט פראדאצירט היינט צוטאגס פארלאנגט נישט מ'זאל טשעפענען די בינען. פארקערט, מנעמט גוט קעיר פון זיי און זיי זענען און בעסערע צושטאנד ווי ווילדע בינען.

פון די אנדערע זייט איז די בלויזע פאקט אז זיי זענען קנעכט פאר די מענטשהייט קען זיי אפגעפרעגט?

@נייגעריגער
ש' אפריל 16, 2016 11:35 pm#32
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
איך פארשטיי אז האניג איז נישט קיין געוואוקס און דערפאר גייט נישט אריין אין די קאטאגאריע פון וויגען.
איך פרעג אבער פון א מאראלישע שטאנדפונקט, וואס די סיסטעם פון מילך מעלקן איז ה' ירחם וואס קומט דארט פאר, זיי מאכען די קיען טראגעדיג צענדליגע מאל נאכאנאנד און רצח'נען אוועק די קינדער ביים געבורט, צו קריגן די מאקסימום מילך וכו' וכו'.
איז אבער די האניג פראסעס נישט אזוי. און מנוצט נישט קיין גרויזאמע מעטאדן אויסצומעלקן די בינען.
עכ"פ לויט וויפיל איך בין באקאנט.
ב' אפריל 18, 2016 6:23 pm#33
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
אין די היינטיקע מהלך גייט ניט לאנג דויערן און סע וועט קיין נאטורליכע בינען האניק ניט זיין מער צו באקומען, אפשר פאר די זעלביקע פרייז ווי ערב פסח מצות.
די פראבלעם איז ניט דירעקט וואס מענטשן טון צו בינען, אין פאקט איז ניט קלאר 100 פראצענט פארוואס די פאבריצירונג פון האניק פאלט די לעצטערע יארן און די בינען ווערן פארשווינדען.
אט איז דער באריכט פון האניק ראט אין מדינת ישראל וועלכע פרובירט זיך אן עצה געבן מיטדעם פראבלעם.
דער פראבלעם איזט אן אלוועלטליכער, ווארשיינלעך צוליב מאסיווע בויען און ניט אכטונג געבן אויפן נאטור, בלומען, וואס דינען אלס שפייז פארן בין.

אלזא, די פראבלעם פון האניק איזט ניט די האניק נאר די אויפהאלטן דעם בין פאר א נוצליך באשעפעניש.
m http://agronet.co.il/%D7%9E%D7%95%D7%A2 ... %95%D7%A8/ m
ב' אפריל 18, 2016 6:47 pm#34
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
טעכניש איז האניג נישט װיגן, ס'איז אבער שװעהר צו זאהגן אז ס'ממש צום פארגלײכן צו קיען-מילך זינט בינען טוהען פאקטיש געװעהנלעך פּראָדוציהרן מעהר שפּײעכץ װי זײ קענען פארניצן
געװיסע פּראצעדורן אין מאסן-פּראָדוציהרטער-האָניג שײנט פאָרט צו זײן גרױזאם
זעה דא ארגומענטן און רעפרענצן א קעיגן ניצן האָניג
m https://www.youtube.com/watch?v=E0N8UYgMGDQ m

צװישן די װיגען'ס זענען אבער פארהאן שטאַרקע חילוקי-דיעות אױב מ'זאל בכלל מאכן אן אישו דערפון, װען אין רוב װעלט איז עסן פלײש און מילכיגס נאך לײדער אנגענומען אלס העכסט נארמאל
זעה דא גאנץ לאגישע דיבורים
m https://www.youtube.com/watch?v=IJAwU4NMEXs m

אני הקטן האלט זיך אָפּ פון ניצן האָניג, ספּעציעהל אז עס דא צו באקומען אזעלכע גוטע אלטערנאטיװן. װי: אגאװעי, מעיפּל סירופּ און Bee Free Honee
m http://www.vegetariantimes.com/blog/4-m ... ernatives/ m
ג' אפריל 19, 2016 1:28 pm#35
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
צ.שרייבער כתב:איך פארשטיי אז האניג איז נישט קיין געוואוקס און דערפאר גייט נישט אריין אין די קאטאגאריע פון וויגען.
איך פרעג אבער פון א מאראלישע שטאנדפונקט, וואס די סיסטעם פון מילך מעלקן איז ה' ירחם וואס קומט דארט פאר, זיי מאכען די קיען טראגעדיג צענדליגע מאל נאכאנאנד און רצח'נען אוועק די קינדער ביים געבורט, צו קריגן די מאקסימום מילך וכו' וכו'.
איז אבער די האניג פראסעס נישט אזוי. און מנוצט נישט קיין גרויזאמע מעטאדן אויסצומעלקן די בינען.
עכ"פ לויט וויפיל איך בין באקאנט.

????
א קוה דארף נאר איינמאל שוואנגערן פארן געבן מילך אויף יארן לאנג.
ג' אפריל 19, 2016 6:33 pm#36
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
א קוה פראדוצירט די מאקסימום מאס מילך די ערשטע שטיק צייט נאכן געבן געבורט. דערפאר האלט מען זיי און איין פארשוואנגערן.

די מינוט וואס זיי ווערן infertile שיקט מען זיי צום שחט הויז.

m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Dairy_cattle m
ב' יוני 20, 2016 5:02 pm#37
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
נו פארדעם זענען זיי דא

כאילו ווען די מענטשהייט האדעווט זיי נישט וואלטן זיי ווען בעסער אפגעשניטן...

דערמאנסט מיך די מעשה ווען מען האט געראטעוועט א סי לייאן און אים צוריקגעשיקט אין אושען אריין, א שארק האט אים אפגעווארט און געמאכט א געשמאקע סעודה פארנט פון די געפלעפטע ביישויער
ב' יוני 20, 2016 5:17 pm#38
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
פישי כתב:נו פארדעם זענען זיי דא

כאילו ווען די מענטשהייט האדעווט זיי נישט וואלטן זיי ווען בעסער אפגעשניטן...

דערמאנסט מיך די מעשה ווען מען האט געראטעוועט א סי לייאן און אים צוריקגעשיקט אין אושען אריין, א שארק האט אים אפגעווארט און געמאכט א געשמאקע סעודה פארנט פון די געפלעפטע ביישויער

נו, האבן די רעטער ריכטיג געטוהן, ווען נישט וואס מ'שיקט אים א סי-לייאן וואלט דער נעבעכדיגער שארק געשטארבן פון הינגער...
ד.א. סי לייאן איז אין אידיש ים-לייב.
ב' יולי 04, 2016 7:26 am#39
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
פישי כתב:
דערמאנסט מיך די מעשה ווען מען האט געראטעוועט א סי לייאן און אים צוריקגעשיקט אין אושען אריין, א שארק האט אים אפגעווארט און געמאכט א געשמאקע סעודה פארנט פון די געפלעפטע ביישויער

עס איז דא א קליפ פון א ענליכע מעשה, א משפחה האט געטראפן א קליינע רעביט אין זיי האבן זיך אפגעגעבן דערמיט, און דערנאך גענומען א קליפ ווען מען האט אים ארויסגעשיקט אויף די פריי. ביז א האלבע מינוט איז געקןמען צו פליען א HAWK און אים געכאפט,

https://www.youtube.com/watch?v=GoI5Fn7_fw0
ג' יולי 05, 2016 10:00 pm#40
Re: איז פלייש עסן מאָראַליש?
רביה"ק האט געזאגט פארן שעפעלע וואס האט זיך באהאלטן אינטער איהם פונעם שוחט לכך נוצרת!!!!

און נאכדעם זאגט די גמ' אז ער איז נענש געווארן פאר לאנגע יארן ביז ער האט געזאגט פאר די משרתת אז זי זאל זיך מרחם זיין אויף א קליינע באשעפעניש האט מען אויסגערופן אין הימל אז גענוג.....
מ'זעהט פון די מעשה אסאך זאכן אבער בעיקר אז א בהמה איז באשאפן געווארן פארן מענטש אבער דער מענטש טאר נישט זיין קיין חיה.