הויפט זייט » שמועסן » נייעסער און באריכטן » א אידישער בויפרענד אדער א הונט?

א אידישער בויפרענד אדער א הונט?

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #916
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
א' מרץ 29, 2015 9:58 pm#1
א אידישער בויפרענד אדער א הונט?
קאמידיען לענע דאנהעם האט פובליצירט א ארטיקל אין ניו יארקער מיט 35 פאקטן, און דער ליינער דארף צוטרעפן צו זי רעדט פון איר הונט אדער אידישער בויפרענד.

עטליכע פאקטן;

ער טיפט קיינמאל נישט.

ער ברענגט נישט מיט זיין בערזל קיינמאל.

ער איז זייער האריג איבערן גאנצן קערפער אזויווי אנדערע זכרים פון זיין בעקגראונד.

ער ברומט אלץ אויף חסידים ספעציעל ווען זיי האבן די האריגע (אבער טשיק) הוטן אויפן קאפ.

מאנכע האבן עס פארשריגן אלץ אנטיסעמיטזם, אנדערע זאגן אז סאיז פשוט אביסל לייכטע קאמעדי.

די עי די על האט עס פארדאמט.

וואס האלט איר?

דא האט איר א לינק

m http://www.newyorker.com/magazine/2015/ ... end-a-quiz m
א' מרץ 29, 2015 11:32 pm#2
Re: א אידישער בויפרענד אדער א הונט?
איך ווייס נישט אנטיסימיטיש אדער קאמעדי, אבער איין זאך זיכער זייער קארני..

רוב זאכען איז אדער נאר שייך ביי א הונט אדער נאר ביים באופרענד
ב' מרץ 30, 2015 5:14 pm#3
Re: א אידישער בויפרענד אדער א הונט?
ככאפ נאר נישט פארוואס סמוז זיין א אידישע בויפרענד? קען עס נישט זיין סיי וועלכע בויפרענד אפילו איינער וואס איז נישט קיין איד?!
א' מרץ 05, 2017 6:19 am#4
Re: א אידישער בויפרענד אדער א הונט?
דאס איז היינט די וועג וויאזוי מען באקומט אויפמערקזאמקייט ליידער
א' מרץ 05, 2017 7:44 am#5
Re: א אידישער בויפרענד אדער א הונט?
מומר לתיאבון כתב:ככאפ נאר נישט פארוואס סמוז זיין א אידישע בויפרענד? קען עס נישט זיין סיי וועלכע בויפרענד אפילו איינער וואס איז נישט קיין איד?!


אידן הייסן קארג און וועלן ענדערש פיינט האבן חסידים ווי סתם א גוי.
א' מרץ 05, 2017 1:45 pm#6
Re: א אידישער בויפרענד אדער א הונט?
אינטערסאנט אז זיי שרייבן אזעלעכע ארטיקלן וועגען אידן... איך גלייב נישט אז זיי וואלטן זיך דערוואגט זיך צו שרייבן אזא זאך וועגען שווארצע