הויפט זייט » שמועסן » הומאר » מילתא דבדיחתא

מילתא דבדיחתא

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

146 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 497 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #93
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ב' יולי 25, 2016 7:02 pm#1
Re: מילתא דבדיחתא
פארוואס רופט מען אהן די שפראך וואס מ'רעד אין שטוב "מאמע לשון"???






ווייל די טאטע האט דארט נישט קיין ווארט!!!!!
ב' יולי 25, 2016 7:07 pm#2
Re: מילתא דבדיחתא
ברעיקינג!
עס איז געווען א דין תורה צווישן פישי און fichel און די פסק דין איז געווען אז די נאמען פישל וכל שום וחניכא דאית לי' אריינגערעכנט בילדער וואס געהער צו דעם נאמען באלאנגט אויסדרוקליך צו fishel.
אזויווי דער עולם קען טאקע זעהן האט דער געוועזענער פישי זיך געטוישט די נאמען און בילד.
וממנו ילמדו וכן יעשו צו פאלגן א פסק דין תומ"י אן קיינע מאנקי ביזנעס.
ב' יולי 25, 2016 8:01 pm#3
Re: מילתא דבדיחתא
יודען זענען געזיצען געפראוועט מלוה מלכה גייט דורך אן אויפגעקלערטער פרעגט וואס איז דאס זאגט מען עהם א מלוה מלכה מען באגלייט די נשמה יתירה זעצט דיך מיט זאגט עהר איך האב נישט קיין נשמה יתירה זאגט מען עהם די נשמה וואס די האסט איז אויך יתירה
ג' יולי 26, 2016 2:05 am#4
Re: מילתא דבדיחתא
אברך יקר כתב:ברעיקינג!
עס איז געווען א דין תורה צווישן פישי און fichel און די פסק דין איז געווען אז די נאמען פישל וכל שום וחניכא דאית לי' אריינגערעכנט בילדער וואס געהער צו דעם נאמען באלאנגט אויסדרוקליך צו fishel.
אזויווי דער עולם קען טאקע זעהן האט דער געוועזענער פישי זיך געטוישט די נאמען און בילד.
וממנו ילמדו וכן יעשו צו פאלגן א פסק דין תומ"י אן קיינע מאנקי ביזנעס.

Fishel האט געטוישט נאך פאר פישי צו ראש ממשלה.....
ה' יולי 28, 2016 2:23 am#5
Re: מילתא דבדיחתא
פאר וואס הייסט א שווער "שווער"?
ווייל פשוט ס'איז שווער....
און אויב נישט איז עס שווער צו טרעפן...
ה' יולי 28, 2016 7:12 am#6
Re: מילתא דבדיחתא
א חסידיש בחור'ל לויפט שנעל פון זיין באנגעלא קאלאני אראפ א רויד, עס איז שפעט און ער דארף כאפן די באס וואס פארט אריין אין שטאט. ער שטעלט זיך אפ ביי א פארם, און פרעגט דעם פארמער "מיסטער פארמער, פליז, מעיבי איי קען ראנען אדורך יור פארם, טו מעיק עי שארטקאט. איי ניד טו כאפ די 4:20 באס"

דער גוי קוקט אים אן, און זאגט : “Sure Boychickel, go right ahead. And if my bull sees you, you’ll even catch the 4:11 one.”
ה' יולי 28, 2016 7:29 am#7
Re: מילתא דבדיחתא
א 5 יעריג אינגעלע איז געגאנגן מיט זיין טאטע באזוכען א אלטע עלטער פעטער אין אשל אברהם נורסינג הוים. זיי קומען אריין אין שטוב, און זיי טרעפען דער עלטערע איד אין בעט. דער טאטע נעמט זיך שמועסן מיט אים. און דער קליינער אינגל דרייט זיך ארום און באטראכט דער שטוב.

במשך דער שמועס האט דער טאטע באמערקט ווי דער אינגל שטייט מיט א אפענע מויל פון איבערראשונג און באטראכט מיט גרויס אינטערעסע דעם אלטן'ס פאלטשע ציין וואס האבן זיך געווייקט אין א גלאז.

ביים אהיימגיין פרעגט דער טאטע דעם אינגל, וואס איז דיר געוועהן אזוי אינטרעסאנט דארט אין דעם גלאז?

ענפערט דאס קינד. WOW , ער גייט ווערן אזוי רייך! שטעל דיך פאר, וויפיל קוואדערס ער גייט באקומען די נאכט אונטער זיין קישען.
ב' אוגוסט 01, 2016 3:54 am#8
Re: מילתא דבדיחתא
א גוי האט געפרעגט א איד וואס טוען די יודן מיט די רעגן וואסער אין שול ??
דער איד עפענט צוויי גרויסע אויגן
וועלכע רעגן וואסער וואס רעגן וואסער
זאגט דער גוי איך ווייס נישט ווען סרעגנט זעע איך אלע אידעלעך דרייען איבער די הוטן מנעמט אריין די רעגן וואסער און מטראגט עס אין שול.....
ב' אוגוסט 01, 2016 4:03 am#9
Re: מילתא דבדיחתא
נאך די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך געדרייט אסאך גלחים - מסיאנערן וואס האבן געזוכט אריינצוכאפן די צובראכענע אידעלעך מהאט צוגעזאגט גרויסע געלטער ווער סוועט זיך שמדן פארשטייט זיך חוץ א גרויס שטיקל גן עדן מיט אלע גאלדענע גליקן .....זענען געווען אידאלאך וואס האבן זיך צוגעכאפט מאיז געגאנגען צום גלח געמאכט אפאר טאלער און געהאט אויף שבת צו מאכן ...
איין פארנאכטס קומט א איד אריין צולויפן אין ביהמ"ד פארסאפעטערהייט נעמט זיך שנעל דרייען דעם גארטל
געט א זאג אריין פאר זיין שכן
כהאב מך היינט דריי מאל געשמדט כהאב שיעור פארפאסט מנחה
ב' אוגוסט 01, 2016 3:23 pm#10
Re: מילתא דבדיחתא
נאכנישט כתב:א גוי האט געפרעגט א איד וואס טוען די יודן מיט די רעגן וואסער אין שול ??
דער איד עפענט צוויי גרויסע אויגן
וועלכע רעגן וואסער וואס רעגן וואסער
זאגט דער גוי איך ווייס נישט ווען סרעגנט זעע איך אלע אידעלעך דרייען איבער די הוטן מנעמט אריין די רעגן וואסער און מטראגט עס אין שול.....


מען ניצט עס פאר די מי גשמים אין מקוה...
ד' אוגוסט 03, 2016 7:32 am#11
Re: מילתא דבדיחתא
א אידישע מיידל פארציילט א jew joke

אנהייב איז עס boring, אבער ווען זי קומט ענדליך אן צו פארציילען די דשויק איז עס גאנץ גוט

m https://www.facebook.com/yideoclips/vid ... 304420876/ m
ו' אוגוסט 05, 2016 2:41 pm#12
Re: מילתא דבדיחתא
א נייגעריגע יונגל פרעגט זיין מאמע, ווי אזוי זענען מענטשן באשאפן געווארן? די מאמע הייבט אן פארציילען, ס'געווען אדם מיט חוה וכו' די גאנצע מעשה..

ווען זי ענדיגט, פרעגט דאס קינד, אבער טאטי האט מיך געזאגט, אז מענטשן שטאמען פון מאנקיס?

וואס פארשטייסטו נישט מיין טייער קינד? איך רעד פון מיין משפחה, און ער רעדט פון זיין...
ו' אוגוסט 05, 2016 2:44 pm#13
Re: מילתא דבדיחתא
א איזראלי מאכט א זכר, אינמיטן באמערקט ער אז די טישן זענען ליידיג, נישטא קיין זכר פון די בערג ניסלעך און פאפיטעס וואס ער האט אנגעגרייט,

ער טראכט א מינוט און ער רופט זיך אהן מיט א בלעכענעם פנים, די בד"ץ האט ממש יעצט געלאזט וויסן אז די עירוב איז צוריסן..

ביז געציילטע מינוט, זענען די טישן געווען פול...
ו' אוגוסט 05, 2016 2:45 pm#14
Re: מילתא דבדיחתא
א ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...
ו' אוגוסט 05, 2016 4:13 pm#15
Re: מילתא דבדיחתא
איינער איז געגאנגען ת"ב ציפרי אין שיל מיט טלית ותפילין פרעגט עהם איינער די ברענגסט היינט טלית ותפילין פרעגט ער וואס די עירוב איז ציריסען?
ו' אוגוסט 05, 2016 5:51 pm#16
Re: מילתא דבדיחתא
טויגליך כתב:א נייגעריגע יונגל פרעגט זיין מאמע, ווי אזוי זענען מענטשן באשאפן געווארן? די מאמע הייבט אן פארציילען, ס'געווען אדם מיט חוה וכו' די גאנצע מעשה..

ווען זי ענדיגט, פרעגט דאס קינד, אבער טאטי האט מיך געזאגט, אז מענטשן שטאמען פון מאנקיס?

וואס פארשטייסטו נישט מיין טייער קינד? איך רעד פון מיין משפחה, און ער רעדט פון זיין...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ו' אוגוסט 05, 2016 8:40 pm#17
Re: מילתא דבדיחתא
איר האט שוין אמאל געהערט די מעשה פון בעש"ט מיטן פריפעטשיק. בריק. אוצר. מזל טוב. מיט די ווארט פון ר'שלום קאמינקער נישט נאר די מעשה וכו. נישט נאר מ"ש ..מלוה מלכה וועט זיכער וויסן
האבעך אמאל געהערט ענליך צודעם סאיז באקאנט אז צאמלייגן די טלית מוצאי שבת איז א סגולה פאר שלום בית זאגן גוטע אידן
אז נישט דוקא מוצאי שבת נאר א גאנצע וואך
נישט דוקא די טלית נאר אלע וועש
נישט דוקא דער מאן די ווייב איז אויך גוט......
א' אוגוסט 07, 2016 6:36 pm#18
Re: מילתא דבדיחתא
א יונגע קאפל האבן זיך ארום געשלאגן אינמיטן זאגט די פרוי
משה , פליז פאק פעק און גיי ארויס פון מיין הויז
דער יונגערמאן פוילט זיך ניש און פאקט פעק
ביים ארויסגיין שרייט זי אים נאך , זאלסט שטארבן א לאנגווייליגע טויט מיט שווערע יסורים
רופט ער זיך אהן , "הייסט עס ווילסטו אז כ'זאל יא דא פארבלייבן !!!!"
א' אוגוסט 07, 2016 6:36 pm#19
Re: מילתא דבדיחתא
א פרוי פון א תימענער איז נפטר געווארן
נאכן איר בא'ערדיגן, לויפט דער תימענער ארויס פון בית הקברות
ווען זיינע חבירים פרעגן אים , רחמים ווי לויפסטו אזוי
ענטפערט ער " דער רבש"ע ווייסט ניש וואס ער האט צוגענומען , די מינוט וואס ער וועט געוואר ווערן קען ער נאך חרטה האבן !!!"
א' אוגוסט 07, 2016 6:37 pm#20
Re: מילתא דבדיחתא
2 חברה זענען געפארן אויפן טרעין אינמיטן שרייט איינער פארן צווייטן ,ביטע מאך צו דעם פענסטער סיז זייער קאלט אינדערויסן
זאגט אים דער צווייטער " און וואס מיינסטו אז כ'וועל צו מאכן די פענסטער עט ווארעם ווערן אינדערויסן ??!!"
ד' אוגוסט 10, 2016 9:32 pm#21
Re: מילתא דבדיחתא
monseynj כתב:פעסיכיאטער'ס זאגן אז 1 פון 4 מענטשן זענען "מענטלי ריטארעט" (נעבעך משוגה)
אויב דיינע 3 חבירים זענען נארמאל, דאן מוז עס זיין די....

אויב איך האב נישט קיין טעות איז עדער פערטער מענטש א פאסיכיאטער, א סאושעל ווארקער אדער א לייף קאודש, סאו די חשבון שטימט פערפעקט.........ביי די וועי....עס איז דא א ווארט צווישן די פסיכיאטערס... א יעדער פסיכיאטער דערף א פסיכיאטער
ג' אוגוסט 16, 2016 4:46 pm#23
Re: מילתא דבדיחתא
מעשה שהיה.

כ'בין געווען ביים כותל, ביי שחרית אינמיטן הויך שמונה עשרה, קומט צו מיר א בחור'ל, היות ער איז א כהן, און ער וויל בענטשען דעם ציבור, אויב איך וואלט אים געבארגט מיין טלית.

צווישן אזא עולם כ"י, האב איך פארשטאנען אז די שאנסן צוריק צו זען מיין טלית, זענען נענטער צו נול.. מ'קען דאך אבער נישט אפזאגן, ס'טוט מען?!?


האב איך אים געבעטן צו האלטן זיין שיך..
ג' אוגוסט 16, 2016 7:10 pm#24
Re: מילתא דבדיחתא
די איינציגסטע זאך וואס אינטערסירט מיר ווייניגער ווי פאליטיק, איז..........








...דיין אפיניען דערויף
ג' אוגוסט 16, 2016 9:41 pm#25
Re: מילתא דבדיחתא
טויגליך כתב:מעשה שהיה.

כ'בין געווען ביים כותל, ביי שחרית אינמיטן הויך שמונה עשרה, קומט צו מיר א בחור'ל, היות ער איז א כהן, און ער וויל בענטשען דעם ציבור, אויב איך וואלט אים געבארגט מיין טלית.

צווישן אזא עולם כ"י, האב איך פארשטאנען אז די שאנסן צוריק צו זען מיין טלית, זענען נענטער צו נול.. מ'קען דאך אבער נישט אפזאגן, ס'טוט מען?!?


האב איך אים געבעטן צו האלטן זיין שיך..

גוווווווטטט :lol: :lol: :lol:
ה' אוגוסט 18, 2016 12:04 am#27
Re: מילתא דבדיחתא
וויאזוי הייסט איינער וואס מאכט טישן?
א טישלער!
און איינער וואס קריצט אריין שיינע זאכן אין האלץ?
א קריצלער!
און איינער וואס מאכט קונצן?
א קונצלער!
און איינער וואס מאכט הוטן???
ה' אוגוסט 18, 2016 3:19 pm#28
Re: מילתא דבדיחתא
א יונגערמאן וואס דרייט זיך ארום אן א רעקל איז.....

רעקלעס (reckless)
ב' אוגוסט 29, 2016 6:43 pm#29
Re: מילתא דבדיחתא
פונעם בוך אוצרות פון אידישען הומאר (1929)

דער קעלמער מגיד איז אמאהל געוועהן אויף א חתונה, האט ער געזעהן אז דער חתן איז אן עם הארץ און די כלה טראהגט א קורצע קלייד מיט קורצע ארבל.
- א גלייך פּאָהר-פאלק - זאהגט דער מגיד. - דער חתן האט נישט קיין תורה און די כלה האט נישט קיין סחורה...

----------------

משה מענדלסאן איז אמאהל געזעסן אין א הויעכער קריסטלעכער געזעלשאפט. געגעסן האט ער - ווי זיין שטייגער - נאר כשרע מאכלים.
פרעהגט עהם א גלח:
- ווען וועט איהר, יודן, שוין מעהגן עסן מיט אונדז צוזאמען?
- אויף אייער חתונה - האט מענדלסאן געענטפערט.
(כידוע, טאהרן קאַטוילישע גלחים נישט חתונה האבן)
ד' אוגוסט 31, 2016 4:10 pm#30
Re: מילתא דבדיחתא
בערל קליין איז מחדש, ווען איינער וויל נישט ארבעטען גייט ער אויף סטרייק. וויאזוי זאגט מען ווען אסאך מענטשען ווילן נישט ארבעטען '' סטראקעס ''
ד' אוגוסט 31, 2016 5:25 pm#31
Re: מילתא דבדיחתא
אן עלטערער פארפאלק קומט ארויף אויבן אין הימל נאך זייער הונדערט אונצוואנציג.
נאכ'ן אריבער גיין זייער משפט, פסקנ'ט מען זיי גן עדן.
אריינגייענדיג הייבט די פרוי אן צו פלאפלען ווי שיין און געשמאק עס איז,
דער מאן האקט איר איבער און זאגט: "יא, ווען נישט דיין האלוויט ברויט און וועזשעטעבעלס, וואלטן מיר שוין געקענט דא זיין פאר צען יאר צוריק...
ד' אוגוסט 31, 2016 6:04 pm#32
Re: מילתא דבדיחתא
א פרוי רופט אהן דעם מאן:
איך בין אויסגעשפארט אהן א שליסל!..

זאגט דער מאן:
אקעי, ביז צוויי שעה בין איך דארט..

זאגט זי:
בסדר, איך גיי דערווייל שאפפינג..

שרייט ער צוריק:
שטיי אויפ'ן פלאץ, ביז צען מינוט בין איך דארט.
ג' ספטמבר 13, 2016 10:55 pm#35
Re: מילתא דבדיחתא
א גרויסע שדכן פון א''י רופט אהן רעדען א שידוך פאר א באבאווער איד אזוי נאכן אויסהערן דעם שידוך רופט זיך אהן די מחותנעסטע צום שדכן מיי הוזבאנד איז פארטי פייף אנד דעי אר פארטי עיט דער שדכן אזוי אינגאנצען שאקירט געט א פרעג פאר א דריי יאר חילוק גייט איר אפזאגען דעם שידוך??
ד' ספטמבר 14, 2016 3:21 pm#36
Re: מילתא דבדיחתא
פארוואס ווען מ'געניצט פארדעקט מען די מויל?
ווייל מ'האט מורא אז א וויליאמסבורגע קאפל וועט אריינמופן....
ד' ספטמבר 14, 2016 3:21 pm#37
Re: מילתא דבדיחתא
א אינגערמאן איז געקומען צום דאקטאר און זאגט דאקטאר איך לייד זייער פון העמערוידס

האט אים דער דאקטאר גע'ענטפערט , "פרוביר צו גיין נעקסטע וואך אין ביה"כ אהן דיין סמארטפאון !"
ד' ספטמבר 14, 2016 3:24 pm#39
Re: מילתא דבדיחתא
א מאן זאגט פאר זיין פרוי אז כ'בין געווען אזא בהמה אז כ'האב חתונה געהאט מיט דיר
רופט זי זיך אהן , "גערעכט און כ'האב געמיינט אז די וועסט דיר טוישן !!"
ד' ספטמבר 14, 2016 3:32 pm#40
Re: מילתא דבדיחתא
א ביזנעסמאן איז שטעקן געבליבן אין א פרעמדע שטאט ערב שב"ק מיט א גרויסע סומע געלט, נו וואס טוהט מען? ביי וועם קען מען עס מפקיד זיין? אוודאי ביים רב פון שטאט!

ער גייט אריבער צום רב אינדערהיים און ער זעהט דער רב זיצט א מיטינג מיטן גזבר, פרעגט ער דעם משב"ק אויב קען ער נאר מפקיד זיין זיין געלט ביים רב איבער שבת, דער משב"ק פירט אים אריין אין צימער און דער רב נעמט איבער דאס געלט פינעם איד און לייגט עס אוועק.

מוצ"ש גייט דער איד אריבער נאך הבדלה צום רב און בעהט דעם משב"ק אריינצוגיין צום רב, זאגט אים דער משב"ק אז דער רב זיצט יעצט נאכאמאל מיטן גזבר אבער אויב מאכסטו עס אזוי שנעל ווי ער"ש איז בסדר, דער משב"ק פירט אים אריין צום רב און דער איד בעהט צוריק דאס געלט פונעם רב, זאגט אים די רב "כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדסט", זאגט אים דער איד "וואס הייסט? דער געלט וואס כ'האב מפקיד געווען ער"ש און איבערגעגעבן אין די הענט פון די רב!", זאגט אים דער רב "כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט", זאגט דער איד "דער משב"ק מיטן גזבר זענען דאך געזעצן דא ווען כ'האב איבערגעגעבן דאס געלט פארן רב לאמיר זיי פרעגן אויב דער רב האט גענומען מיין געלט!", זיי פרעגן דער משב"ק צו דער רב האט גענומען געלט פון דעם איד, זאגט דער משב"ק א זיכערע ניין! פרעגן זיי דעם גזבר און ער ענטפערט אז לא דובים ולא יער דער רב האט ביי קיינעם גענומען קיין געלט ער"ש!

דער איד זעהט אז ער קען גארנישט טוהן גייט ער ארויס פון דארט בפחי נפש, אבער נאך א האלבע מינוט קומט דער רב ארויס צו אים מיטן בינטל געלט אין האנט און געבט עס איבער פארן איד, דער איד פרעגט ערשטוינטערהייט "מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? וואס איז פשט פון דעם שפיל?", ענטפערט אים דער רב "כ'האב דיר פשוט געוואלט ווייזן וואספארא חברה ס'דרייען זיך ארום מיר..."
ד' ספטמבר 14, 2016 4:08 pm#41
Re: מילתא דבדיחתא
טויגליך כתב:א אינגערמאן איז געקומען צום דאקטאר און זאגט דאקטאר איך לייד זייער פון העמערוידס

האט אים דער דאקטאר גע'ענטפערט , "פרוביר צו גיין נעקסטע וואך אין ביה"כ אהן דיין סמארטפאון !"

וואס מיינט עס (העמרוידס)?? :roll: :roll:
ב' ספטמבר 19, 2016 1:28 pm#44
Re: מילתא דבדיחתא
עס ווערט דרינגענד געזוכט א יונגע שיינע פרוי צו פארפאסן זמן קרי"ש של ערבית ביטע רופט ווי אמשנעלסטן 7831212
ג' ספטמבר 20, 2016 5:10 am#45
Re: מילתא דבדיחתא
נאכנישט כתב:עס ווערט דרינגענד געזוכט א יונגע שיינע פרוי צו פארפאסן זמן קרי"ש של ערבית ביטע רופט ווי אמשנעלסטן 7831212

במחילת כבודך, איך פארשטיי נישט
ג' ספטמבר 20, 2016 5:34 pm#47
Re: מילתא דבדיחתא
אויפגעקלערטע כתב:
נאכנישט כתב:עס ווערט דרינגענד געזוכט א יונגע שיינע פרוי צו פארפאסן זמן קרי"ש של ערבית ביטע רופט ווי אמשנעלסטן 7831212

במחילת כבודך, איך פארשטיי נישט


עיין כאן
l viewtopic.php?f=8&t=1253 l
ג' ספטמבר 20, 2016 5:48 pm#48
Re: מילתא דבדיחתא
נאכנישט כתב:
אויפגעקלערטע כתב:
נאכנישט כתב:עס ווערט דרינגענד געזוכט א יונגע שיינע פרוי צו פארפאסן זמן קרי"ש של ערבית ביטע רופט ווי אמשנעלסטן 7831212

במחילת כבודך, איך פארשטיי נישט


עיין כאן
viewtopic.php?f=8&t=1253

גוווווווט!
ג' ספטמבר 20, 2016 5:48 pm#49
Re: מילתא דבדיחתא
ווי יענער האט געזאגט, פארוואס מעגן עלטערע יודן נישט גיין מיט קיין וואלענע הויזן? נו פארוואס?
ווייל סיז "צמר ופשתן יחדיו"... ודו"ק ותמצא
ג' ספטמבר 20, 2016 5:51 pm#50
Re: מילתא דבדיחתא
איינער זאגט מיר, (ווער איז דער איינער? ס'חילוק,) אז היינט מיט די השגחות, ס'שווער צו וויסן וואס מ'מעג עסן,
זאגט ער אז היינט עסט ער נאר פיש,
ווייל דאס האט אן השגחה תמידית, די רבנים זיצן אלס ביים וואסער...
בלאט: 1 2 3