נעטפליקס אפדעיטס

15 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

15 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 19 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #952
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ד' מאי 20, 2015 5:30 am#1
נעטפליקס אפדעיטס
נעטפליקס איז היינט זייער פאפולער, און דארף א אפהאנדלונג פאר זיך, אבל לא לדרשה קאתינא, די אשכול איז געווידמעט פאר נעטפליקס אפדעיטס.

נעטפליקס איז למעשה גאנץ אויסגעשפילט, די בעסערע פילםס און שאוס זענען כמעט נישט דא דארט.

פארדעם וועט דא זיין מיוחד צו מעלדן און אויסשמועסן נייע שאוס און פילמס אויף נעטפליקס, כדי מזאל וויסן וואס איז ניי און לוינט צו וואטשן.
ד' מאי 20, 2015 5:33 am#2
Re: נעטפליקס אפדעיטס
לעצטענס איז צוגעקומען א גאנצע באנטש מיט בי בי סי דאקומענטעריס.

זעט אויס זיי האבן געמאכט עפעס א דיל מיט בי בי סי.

עס איז זייער אינטערעסאנט, איך גלייך בי בי סי דאקומענטעריס מער ווי נעשענאל ג'יאוגרפיק. עס איז מער תוכנ'דיג.
ד' מאי 20, 2015 6:42 pm#3
Re: נעטפליקס אפדעיטס
איך האב לעצטענס געהערט ערגעץ אז טשעלסי הענדלער האט אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט נעטפליקס אויף עטלעכע אויסשליסלעכע שאו'ס א יאהר
ד' יוני 03, 2015 2:08 am#4
Re: נעטפליקס אפדעיטס
איך זע אז נעטפליקס האט ארויפגעלייגט עטליכע פילמס פון מיין פעוועריט דירעקטאר קווענטין טערענטינא.
m https://en.wikipedia.org/wiki/Quentin_Tarantino m

אינגלאריעס בעסטערדס - אומפארשעמטע ממזרים
m https://en.wikipedia.org/wiki/Inglourious_Basterds m

עס איז א אלטערנאטיווע היסטאריע פילם איבער די פוטש אויף היטלער און די צווייטע וועלט מלחמה. עס איז א קאמעדי אבער עס האט רירענדע מאמענטן און פארשטייט זיך אסאך ווייעלענס און בלוט, טיפיקעל קווענטין.
איך האב עס נישט געגליכן אזוי שטארק ווי זיינע אנדערע פילמס, עס האט אבער באקומען זייער גוטע ריוויוס.

m http://www.netflix.com/WiMovie/1151721?trkid=13462047 m

תמונה
ו' יוני 05, 2015 3:34 am#5
Re: נעטפליקס אפדעיטס
לעצטענס ארויף אויף נעטפליקס.

דאני ברעסקא - Donnie Brasco
m https://en.wikipedia.org/wiki/Donnie_Brasco_%28film%29 m

תמונה

א עכטע מעשה (90 פראצענט ריכטיג, לויט דאני-זשאסעף) איבער אן עף בי איי אגענט זשאסעף פיסטאן וואס האט סוקסעספול אינפילטרירט די מאפיא פאר זעקס יאר אונטער די פאלשע נאמען דאני ברעסקא. איך וועל נישט שרייבן מער פרטים כדי נישט צו ספוילן.

על פאטשינא לייגט אראפ א מעכטיגע פערפארמענס אלץ דאני ברעסקא'ס חבר און מענטאר אין די מאפיא - לעפטי גאנס.

א עכטע סורוויילענס בילד וואס די עף בי איי האט געכאפט פון דאני ברעסקא אין די מאפיא.
תמונה
ו' יוני 05, 2015 3:51 am#6
Re: נעטפליקס אפדעיטס
יא, געזען דעם מאווי, סאיז ווערט יעדע מינוט פאר פעטשינא,

און סהאט א געשמאקע רייכן טעם פון ניו יארק סיטי און די זיבעציגער יארן..
ו' יוני 05, 2015 4:00 am#7
Re: נעטפליקס אפדעיטס
איך האב עס געזען מיט יארן צוריק, פאטשינא אעז משוגע צו ווערן! די גאנצע מאווי איז זייער גוט, עס איז פון מיינע פעוועריט מאוויס. זשאני דעפפ אלץ דאני איז אויך געוואלדיג גוט.

ווי צ. שרייבער זאגט, איך האב אויך מוראדיג ליב אלטע ניו יארק מאוויס, פילט מיר אן מיט נאסטאלגיע צו די אלטע צייטן.
ג' יולי 14, 2015 10:14 pm#9
Re: נעטפליקס אפדעיטס
האט איינער געזהן די נטפליקס סיריע Marco Polo?

עס דארף צו זיין זייער איטרעסאנט.
א' אוגוסט 16, 2015 4:02 pm#10
Re: נעטפליקס אפדעיטס
ZEATA כתב:האט איינער געזהן די נטפליקס סיריע Marco Polo?

עס דארף צו זיין זייער איטרעסאנט.


ניין, נאר געהערט דערפון, עס הייסט גוט, אבער כ'האב מיר נאך נישט גענומען די צייט דערצו.
א' אוגוסט 16, 2015 4:06 pm#11
Re: נעטפליקס אפדעיטס
יעצט געוואטשט

An honest liar

א דאקיומענטארי איבער זשעימס ראנדי, א קונצן מאכער וואס איז פארנומען צו אנטפלעקן שווינדלערס וואס נוצן פשוטע מעזשיק צו מאכן מיליאנען אלץ גייסטליכע.

ראקאמאנדירט!
א' יוני 26, 2016 5:57 am#12
Re: נעטפליקס אפדעיטס
אראנזש איז די נייע שווארץ סיזאן 4 איז דא!
א' יולי 03, 2016 5:43 pm#14
Re: נעטפליקס אפדעיטס
Orange is the new black אין קורצן oitnb האב איך זייער ליב געהאט די ערשטע סיזאן און אביסל פון די צווייטע איך וואלט נישט ממליץ געווען אויף דעם
ב' ספטמבר 05, 2016 2:45 am#15
Re: נעטפליקס אפדעיטס
נארקאס איז א נעטפליקס עקסלוסיוו. יעצט צוריק מיט א צווייטע סיזאן.

מזאגט אז עס איז נאך בעסער ווי די ערשטע.

תמונה