הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » מחשבה » וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)

וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)

15 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #967
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ו' יוני 19, 2015 9:56 pm#1
וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
לויט געוויסע סייענטיסטען זעמיר נישט ווייט פון א תקופה אין וואס קאמפיוטערס וועלן איבערנעמען די וועלט.

יעדער איינער פארשטייט א קאלקעלעיטער איז א סאך קלוגער פון א מענטש ווען סקומט צו רעכענען. העכסט קאמפלעצירטע חשבונות קרעקט דאס אין א ספליט סעקינד, ווען פארן מענטש נעמט דאס א לענגערע צייט און טיילמאל מיט טעותים.

ווען די וועלטס גרעסטע שאך טשעמפיען גערי קאספאראוו איז די ערשטע מאל באזיגט געווארן דורך א קאמפיוטער אין 1996, און דאס האט אויפגעוויזן אז מענטשן וואס זענען א סאך שוואכער ווי אים אין דעם עספעקט האבן ערצייגט א קאמפיוטער וואס איז סאך קלוגער פון אים, האבן אנאליסטען געטענהט אז אה"נ אין אויסרעכענען קאמבינעישינס פאראויס איז א קאמפיוטער מיליאן מאל שנעלער און בעסער, האט אבער די מענטש די ענדוועטידש פון קענען ניצן סטראטעגיע און קאמען סענס וואס א קאמפיוטער פארמאגט נישט, און דאס וועט אייביג האלטן די מענטש העכער.

יעצט לאמיר צונעמען די זאך, א מענטש זעהט און הערט אלעס וואס טוט זיך ארום אים און לויט דעי ידיעות, קען ער אויסרעכענען וואס ער זאל טון, וואס סלוינט זיך אים, און וואס נישט. דאס איז די power וואס א מענטשליכע מוח האט, אויסצורעכענען און מאכן דיסיזשענס לויט די ידיעות און פאקטן וואס די מוח נעמט אריין צו זיך. וואס דאס איז סטראטעגיע און קאמען סענס.

די סארט מהלך המחשבה איז שוין דא היינט צוטאגס אין קאמפיוטערס, א קליינע דוגמא, די עפל סופטוועיר IOS 9 , ארבעט אז ווען א מענטש נעמט ארויס זיין טעלעפאן וועט זיך גלייך עפענען עפפס און סייטס וואס דער באנוצער גלייכט יענע צייט פון טאג און וואך, די סופטוועיר טרעקט אלע עקשיענס פונעם מענטש און טוט פעולות לויט וואס ער זעט אז די מענטש וויל. בקיצור, יעדע קאמפיוטער וואס איז קאנעקטעד צו די אינטערנעט קען האבן די עביליטי אריינצונעמען אלע אינפארמעישען וואס איז דא אויפן געוועב, און דאס אנעליזירן און פראסעסן און לויט דעם אויסרעכענען זאכן, צוקומען צו מסכנות, און טוהן פעולות עקארדינגלי.

סופטוועיר פראגרעמס זענען היינט אזוי קלוג, זיי פארשטייען געפילען, קאמפאזען מיוזיק, און דער עיקר, זיי פאבריצירען נייע סופטוועיר וואס זענען נאך קלוגער. ווען א קאמפיוטער האט אלא סקילס און עביליטיס וואס א מענטש האט, און פארשטייט זיך אסאך בעסער און שנעלער פון א מענטש דאן הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.

די futurist, רעימענד קורצווייל, וואס האט פרידיקטיד טעכנעלאגיע די לעצטע 30 יאר, און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין 90% אקוראט, ווי אויך איז ער דער אינווענטער פון וואויס רעקאגנישען, ספיטש טא טעקסט סופטוועיר, און צענדליגע אנדערע ריזיגע אינווענטשענס, ער טענהט אז ביז יאר 2045 וועלן מיר זיין אין א מצב, וואס קאמפיוטערס וועלן קענען באשאפען נייע אוו קלוגערע קאמפיוטערס, גענצליך פון זיך אליין, אן די הילף פון מענטשען, די קאמפיוטערס וועלן זיין אזוי קלוג אז און קיין שום עספעקט וועט דער מענטש נישט זיין בעסער ווי דעם קאמפיוטער, עני דיסיזשען וואס א מענטש וועט וועלן מאכן וועט די קאמפיוטער זיין מיט א טריט פאראויס אוו וויסן קלארער וואס מדארף טוהן, און פארשטייט זיך וועט האבן די מעגליכקייט עס אויסצופירן.

די וועלט וועט געפירט ווערן דורך קאמפיוטערס אויף סך א העכערע לעוועל ווי דאס וואס א מענטש קען באגרייפן (אין א געוויסע זין איז דאס שוין אזוי), קאמפיוטערס וועלן מאכן דיסיזשענס, פירן אלע מלחמות, און זיי וועלן זיך האלטען און איין באשאפען נייערע און קלוגערע קאמפיוטערס, וואס וועלן ווערן מער און מער פאוערפול, און די מענטשען וועלן נישט בלייבן מיר ווי ראבאטס וואס פאלגען און ווערן גענוצט דורך די קאמפיוטערס,

סאיז א ביסל שווער עס מסביר צו זיין, און סנישט גרינג עס ארויסצוברענגען קלאר, אבער די געדאנק איז גאנץ גרינג צו כאפן, און פון די אנדערע זייט אביסל שרעקעדיג.
אדרבה אויב איינער קען צולייגן מער הסברה וואלט איך הנאה געהאט.

m https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Singularity_Is_Near m
ש' יוני 20, 2015 8:56 pm#2
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
ווי אזוי וועט א קאמפיוטער פירן די וועלט אויב דאס צו קענען טון מוז א מענטש אים מאכן אנקומען אהין?
דער קאמפיוטער איז קלוג נאר ווייל דער מענטש האט אים פלאנירט און געבויט צו זיין אזוי פארגעשריטן, אן א מענטש איז דער כלי א שטיק ליימענע גולם וואס האט אין זיך קיין שום קלוגשאפט ניט?
ש' יוני 20, 2015 11:16 pm#3
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
און אפילה די עפפ וואס דו רעדסט איז נאר א עפפ ווייל א מענטש האט עס געמאכט א עפפ
קען זיין אז קאמפיוטערס פירן די וועלט אבער זיי זענען נאר שליחים פון מענטשן
א' יוני 21, 2015 2:44 am#4
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
אויב וועט געלונגען צו פאבריצירן א קאמפיוטער וואס פארמאגט אין זיך אלע חלקים וואס א מענטשליכע מוח האט, און איז פונקט אזוי קלוג ווי די מענטש איז, עס פארשטייט אלס וואס א מענטש פארשטייט, און האט אלע ידיעות וואס מענטשן האבן, און האט יעדע עביליטי פון א מענטשליכע מח, פארשטייסטו אז נאכדעם וואס מען באשאפט דאס, דארף דאס שוין נישט די הילף פון א מענטש, פונקט ווי א מענטש'ס מוח ארבעט אליין ווייטער, וועט דאס אויך אליין פונקציאנירן, און זיין פונקט אזוי קריעיטיוו ווי די מענטשליכע מוח.

די מוח פון א מענטש נאך אלעם איז א שטיקעל פלייש וואס ארבעט אויף א געוויסע מציאות'דיגע וועג, און סאיז א פראגע פון צייט ווען מען גייט דאס דופליקעיטן אין א סופטוועיר, און צו זאגן אז דאס איז נישט מעגליך איז נאריש,

יעצט פארשטייט זיך אז איינמאל עס האט די אלע כוחות, קען מען דאס אויסארבעטען אויף לעוועלס וואס זענען מיליאן מאל בעסער און שנעלער ווי די מענטש, אזוי ווי יעדע זאך וואס א קאמפיוטער נעמט איבער דעם מענטש איז עס אויף העכערע לעוועלס.

יעדן טאג קומען ארויס נייע סופטוועירס וואס ערזעצן מענטשליכע אינטילגנסי און סקילס, יעצט אז די וועסט האבן איינס וואס איז קאמבאנירט פון יעדע סקיל, וויסענשאפט, און אינטעלגענס, וואס די מענטש האט פארוואס זאל ער דארפן צוקומען א מענטש זאל אים זאגן וואס צו טוהן, אדער שיקן ערגעץ, ער האט דאך די זעלבע שכל און נאך אסאך מער ווי דער מענטש?

לויט קורצווייל'ס פרידיקשנס, ביז יאר 2029 וועט א קאמפיוטער שוין האבן די זעלבע לעוועל פון אינטעלידשינסי ווי דער מוח פונעם מענטש, אין יעדע עספעקט פון קלוגשאפט. גראדע לויט אים וועט דאס אלעס גענוצט ווערן אויף פאזיטיווע אופנים צוזאמען מיטן מענטש, ער איז אביסעל מסביר דא דערפון
m https://m.youtube.com/watch?v=HzWLqxQptnY m
א' יוני 21, 2015 8:14 am#5
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
עס איז לכאורה דא צוויי חלקים, איינס איז אז קאמפיוטערס זאלן ווערן אזוי קלוג ווי מענטשן. צוויי, אז זיי זאלן האבן א פיזישע יכולת אויסצופירן הלכה למעשה.

דו האסט זיך באצויגן צו די ערשטע חלק, אשכול און שם פרעגן לכאורה איבער די אנדערע נקודה.

איך וועל צולייגן א דריטע נקודה, "רצון", חכמה און יכולת אן א אייגענע תאוה און א רצון איינצונעמען די וועלט אדער טון סיי וואס מיינט אז זיי בלייבן ווייטער בלויז א ווערקצייג אין די הענט פונעם מענטש.
א' יוני 21, 2015 9:17 pm#6
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
נבון, האסט אנגערירט זייער א גוטע נקודה,

אבער לאמיר גיין א טריט פריער פון וואס דו רופסט אן רצון און תאוה, און לאמיר רעדן צו א קאמפיוטער האט self awareness, דאס הייסט ווייסט א קאמפיוטער אז ער עקזעסטירט?

א מענטש ווייסט אז ער עקזיסטירט, און ווייסט וואס טוט זיך ארום זיך, און נישט ווייל איינער האט אים דאס געזאגט און ער וועט וויסן צו זאגן אז יא, נאר ער באגרייפט דאס אליין מיט זיין מוח. אבער א קאמפיוטער, וויפיל אינפערמאציע דו זאלסט נאר אריינלייגן אין אים, און פראגרעמען אז ער זאל וויסן צו ענטפערן, איז דאס נישט ווייל ער פארשטייט אז דאס איז אזוי, נאר ווייל מהאט אים אויסגעלערנט אזוי צו זאגן, און אפילו לאמיר זאגן דו זאלסט פרעגן דעם קאמפיוטער 'בוסטו א לעבעדיגע זאך? ווייסטו אז דו עקזיסטירט? און דו קאמפיוטער וועט דיך ענטפערן אז יא, איז עס אויך נאר ווייל אזוי האט מען אים געפראגרעמט צו ענטפערן, אוו נישט אז ער ווייסט טאקע.

יעצט, די שאלה איז, וואס פארלאנגט זיך טאקע פון א קאמפיוטער אז דאס זאל וויסן אז עס עקזעסטירט, וואסערע מדריגה און חכמה איז גורם אז מזאל וויסן אז מ'עקזעסטירט, וויזוי ווייסט א מענטש אז ער עקזעסטירט, איז לויט אסאך סייענטיסטען איז דאס פשוט א טיפערע געדאנק פון חכמה, און ספארלאנגט זיך פשוט מער קאמפלעקסיטי אינעם מוח דאס צו קענען כאפן, און אויב זאל מען באשאפען א שטארקע קאמפיוטער פראסעסער וואס האט אויך די מאס memory און Ram, און פארגלייך צו די מאס ניוראנס וואס די מוח פונעם מענטש האט, וואס דאס איז גורם די מענטש זאל דאס פארשטיין, וועט א קאמפיוטער פונקט אזוי קענען באגרייפן די מציאות אז ער עקזעסטירט, און איז א זאך וואס ווייסט און פארשטייט, און נישט ווייל מזאגט אים עפעס ווייסט דאס צו ענטפערן, נאר ער פארשטייט עס טאקע, און האט ארויס די אמת'קייט פונעם ענין.

און זיי זאגן אז כדי צו קענען צוקומען צו דעם פארלאנגט זיך אינעם קאמפיוטער א געשאצטע 8 מיליאן GB RAM אין פארגלייך צו וואס א מענטשליכע מוח פארנוצט דאס צו קענען פארשטיין, און לויט די ראטע פון יאר 1980 ביז היינט, וויפיל די מאס מעמארי האט זיך געדאפלט יעדע יאר, וועט מען צוקומען צו דעי נומערן אין יאר '29 אדער נאך פריער. (אין 1980 האט די עוורידש קאמפיוטער ערהאלטען איין מעגאבייט רעם, נו מאך אליין דעם חשבון)

נישט אלא זענען מסכים צו דעם, מאנכע ווילן זאגן אז דאס איז נישט בלויז א פראגע פון ווי קאמפלעקס די מוח איז, נאר די מוח איז באשאנקען מיט עפעס א העכערע כוח, א געוויסע magical אינגרידיענס, וואס דאס געט דאס די עקסטערע מאס פארשטאנד, צו קענען ארויסהאבן self awareness וכו', אבער אויב איז מען יא מסכים מיט די ערשטע מהלך, דאן פון דארט ביז די פולע פאוער און שכל וואס די מענטש האט איז נישט קיין לאנגע וועג,

איך וויל נאך אריינגיין מער אין דיטעילס, ווען די צייט און נערווען וועט ערלויבן.
ד' יולי 01, 2015 11:04 pm#7
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
א מאדנע פאסירונג איז פארגעקומען אין דייטשלאנד, א 60 מייל צפון פון די שטאט פראנקפורט.
א ראבאט האט געכאפט אן ארבעטער אין א קאר פאבריק פון פאלקסוואגאן ביים ברוסטקאסטן און אים צעדרוקט צום טויט אויף אן אייזערנעם פאנעל.
דער טויטער, א 22 יעריגער ארבעטער וועלכע האט אפערירט דעם ראבאט, איז אריין אינעם שטייג וואו די ראבאט ווערט געהאלטן און פאר אן אומבאקאנטע סיבה, האט די ראבאט דאס אפגעטוען. א צווייטע ארבעטער וועלכע איז געווען אינדרויסן פונעם שטייג איז בכלל נישט געשעדיגט געווארן.
אגב פאלקסוואגאן האט איבערגעגעבן אז אין זייערע פלענטס האבן זיי אלטמאדישע ראבאטס וועלכע טוען גאר פשוטע און נישט קאמפליצירטע סארט ארבעט.
לויט די דייטשע נייעס אגענטור דע פע עי, פלאנען די פראקורארן פונעם שטאאט אריינצוגעבן א קלאגע אין געריכט, סאיז אבער נישט קלאר קעגן וועמען. דאס איז אבער זיכער אז די עקסידענט האט פאסירט ווייל דער ארבעטער איז אריין צום ראבאט אין שטייג.
בעפאר איר לאכט פונעם מעשה, זייט וואוסן דאס איז אן אמתע מעשה וואס איז פארגעקומען די וואך. און קוקט אויס אז די טעכנאלאגיע האט אנגעהויבן זייער מלחמה קעגן די מענטשהייט, און דער גולם איז געווארן קלוגער פון זיין באשאפער.
ה' יולי 02, 2015 1:22 am#8
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
איינמאל די אויטאמאטישע דרייווערלאזע אויטאס וועלן אריין אין באנוץ וועט שוין מער ווייניגער די וועלט זיין אקופירט מיט די קאמפיוטערס און נישט מיט דימענטשליכע מח
ד' יולי 08, 2015 6:21 am#9
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
די וואך אין קאליפארניע האבן צוויי דרייוערלאזע קארן שוין שוין געהאט road rage, ווען גוגלס קאר האט אויסגעכאפט א קאר פון א אנדערע קאמפאני. זעט מען אז די קאמפיוטערס ווערן קלוגער און קלוגער (נישט ממש road rage, ווייל די צווייטע קאר האט גארנישט צוריק געטוהן)
ה' יולי 16, 2015 12:04 am#10
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
גוגל קויפט די לעצטע יארן א פאר קאמפאני'ס וואס זייער מומחיות איז קאמפיוטער-שכל, דאס מיינט זיי האלטן אז די קאמפיוטער'ס וועלן איבער נעמען די וועלט, אויב אזוי לאמיר מאכן א ביסלע געלט אויפן וועג...
ה' אוגוסט 27, 2015 4:20 am#11
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
סאיז דא נאך א פערספעקטיוו, קאמפיוטער אין סאפטוועיר ווי פארגעשריטן סזאל נישט זיין ווערן כסדר געהעקט אין סמאכט זיך אסאך גליטשעס א שטייגער די סוויס באנק יא עס בי וואס דארך א קאמפיוטער גליטש האבן זיי פארלוירן $350 מיליאן דאלער אין איין טאג ווייל זייער סיסטעם האט געהאלטן אין איין ריסאבמיטן ביי-ארדערס, צי האבן א גיטע אין רילייעבל סאפטוועיר דארפסטי האבן א גיטע שטאב פין געשוהלטע אינזשענירס אין דיוועלאפערס, דארפסט האבן די ריכטיגע פראסעסעס, דארפסט האבן די ריכטיגע קולטור אין נעטווארק אז איינער זאל איבערקיקן די צוויטנס ארבייט אויף א דעילי בעסיס, דארפסט האבן פארגעשריטענע טעסטינג פראסעסעס אויף יעדע סטעפ פינעם פראגראם, אין פארשטייצעך א ריזיגע שטאב פין טעקנישנס נאר פאר מעינטינענס. סא מיטן מאכן אז די סאפטוועירס זאלן האבן סעלף עוועירנעס וכו' האסטו נאך נישט איבערגעשטיגן דעם מענטש ווייל מיט דעם אלעם איז עס אייביג אויסגעשטעלט פאר א גליטש אין צי העקעריי אין סוועט אייביג דארפן ציקומען צי די הומען טאטש,
ה' אוגוסט 27, 2015 5:26 am#12
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
I surrender כתב:סאיז דא נאך א פערספעקטיוו, קאמפיוטער אין סאפטוועיר ווי פארגעשריטן סזאל נישט זיין ווערן כסדר געהעקט אין סמאכט זיך אסאך גליטשעס א שטייגער די סוויס באנק יא עס בי וואס דארך א קאמפיוטער גליטש האבן זיי פארלוירן $350 מיליאן דאלער אין איין טאג ווייל זייער סיסטעם האט געהאלטן אין איין ריסאבמיטן ביי-ארדערס, צי האבן א גיטע אין רילייעבל סאפטוועיר דארפסטי האבן א גיטע שטאב פין געשוהלטע אינזשענירס אין דיוועלאפערס, דארפסט האבן די ריכטיגע פראסעסעס, דארפסט האבן די ריכטיגע קולטור אין נעטווארק אז איינער זאל איבערקיקן די צוויטנס ארבייט אויף א דעילי בעסיס, דארפסט האבן פארגעשריטענע טעסטינג פראסעסעס אויף יעדע סטעפ פינעם פראגראם, אין פארשטייצעך א ריזיגע שטאב פין טעקנישנס נאר פאר מעינטינענס. סא מיטן מאכן אז די סאפטוועירס זאלן האבן סעלף עוועירנעס וכו' האסטו נאך נישט איבערגעשטיגן דעם מענטש ווייל מיט דעם אלעם איז עס אייביג אויסגעשטעלט פאר א גליטש אין צי העקעריי אין סוועט אייביג דארפן ציקומען צי די הומען טאטש,


די נקודה איז אז אויב סאיז סעלף אוועיר וועט עס נישט דארפן די יומען טאטש
ה' אוגוסט 27, 2015 12:43 pm#13
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
LOVE כתב:
I surrender כתב:סאיז דא נאך א פערספעקטיוו, קאמפיוטער אין סאפטוועיר ווי פארגעשריטן סזאל נישט זיין ווערן כסדר געהעקט אין סמאכט זיך אסאך גליטשעס א שטייגער די סוויס באנק יא עס בי וואס דארך א קאמפיוטער גליטש האבן זיי פארלוירן $350 מיליאן דאלער אין איין טאג ווייל זייער סיסטעם האט געהאלטן אין איין ריסאבמיטן ביי-ארדערס, צי האבן א גיטע אין רילייעבל סאפטוועיר דארפסטי האבן א גיטע שטאב פין געשוהלטע אינזשענירס אין דיוועלאפערס, דארפסט האבן די ריכטיגע פראסעסעס, דארפסט האבן די ריכטיגע קולטור אין נעטווארק אז איינער זאל איבערקיקן די צוויטנס ארבייט אויף א דעילי בעסיס, דארפסט האבן פארגעשריטענע טעסטינג פראסעסעס אויף יעדע סטעפ פינעם פראגראם, אין פארשטייצעך א ריזיגע שטאב פין טעקנישנס נאר פאר מעינטינענס. סא מיטן מאכן אז די סאפטוועירס זאלן האבן סעלף עוועירנעס וכו' האסטו נאך נישט איבערגעשטיגן דעם מענטש ווייל מיט דעם אלעם איז עס אייביג אויסגעשטעלט פאר א גליטש אין צי העקעריי אין סוועט אייביג דארפן ציקומען צי די הומען טאטש,


די נקודה איז אז אויב סאיז סעלף אוועיר וועט עס נישט דארפן די יומען טאטש

טעקניקל סייד אף טינגס..
ב' יולי 10, 2017 10:48 pm#14
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
יעצט צום ערשטן מאל געלייענט דעם אשכול. איך בין קאטעגאריש מחולק מיט קורצווייל און דער נושא איז א גוטער עקזאמפל וואו מען קען אויפווייזן אז די סיבה פארוואס סייענס האט ארויס געוויסע זאכן פאלש איז וויבאלד זי רעכנט נישט אריין פיליזאפיע.

רעב שרייבער, דער פותח האשכול, רופט עס 'א מעדזשיקעל אינגרידיענט' אבער דאס איז שוין געמאכט א מסקנא. און דערפאר הערט זיך עס אזוי פאני און אומגלויביג פאר א רעשענעל מענטש. איך וועל אבער טענה'ן מכח לאגיק אז דער מציאות פון סינגאלאריטי איז אומפאסיבעל. לכל הפחות נישט פאר מען פארענטפערט קודם אפאר אנדערע וועלט-אלטע פראגעס.

אבער לאמיר גיין צוביסלעך און האפענטליך וועט זיך דעוועלאפן א משא ומתן. די אנהויב פון מיין טענה איז אזוי. אמת, א מענטש האט ערצייגט א קאמפיוטער, אבער פון דעם זעלבסט אז מען האט געדארפט האבן א מענטש זאל איר ערצייגן און זי האט זיך נישט געקענט אליינס ערצייגן איז דאך באווייז אז זי וועט קיינמאל נישט קענען איבערשטייגן דעם מענטש..!

אויב איז במציאות זי זאל יא איבערשטייגן דעם מענטש, וואלט דאך דער מענטש אויך געדארפט קענען איבערשטייגן זיין קריעיטאר, אינעם זינען, אז ער זאל אדער קענען זיין קריעיטאר, אדער, אויב איז נישטא קיין קריעיטאר, זאל אים בכלל נישט באדערן מער די פאראדאקס פון "ווער האט מיך באשאפן? יעדע זאך דארף א קריעיטאר? יעדע זאך האט אן התחלה און א סוף?" אבער דער אמת איז אז ס'באדערט אים, ס'האט אים קיינמאל נישט אויפגעהערט צו באדערן, און ער קען נאך אלס נישט פולקאם זיין קריעיטאר. איינער רופט עס באשעפער, איינער רופט עס ביג-בענג אבער ביידע פון זיי, עט די ענד אף די דעי, נודזשעט די בייסנדע פראגע "ווי אזוי האט דער פראצעס וואס האט מיך געמאכט פאר וואס איך בין, זיך אנגעפאנגען?"

איך ליידן איין צ.שרייבער צו ענטפערן.
ג' יולי 11, 2017 1:24 am#15
Re: וועלן קאמפיוטערס אמאל פירן די וועלט (singularity)
געווען יעצט אין די נייעס. זיי זאגן אז ביז צוואנציג דרייסיג יאר וועלן סעקס באטס זיין נארמאל. עקספערטן ווארענען אז עס וועט האבן שעדליכע נאכפאלגן. מענטשן וועלן זיך נישט זוכן צו זיין אין א קאמפלעצירטע מענטש צו מענטש רילעישנשיפ ווען מען קען האבן א סעקס ראבאט וואס פארלאנגט נישט קיין התמסרות און מחשבה.

א באריכט פון א סעקס באט וואס איז א זונה אין דובלין.

m https://www.thesun.co.uk/living/3979975 ... -sex-doll/ m