Re: אהרן - זלמן לייב
דער רבי האט גערעדט היינט ביים דרשה איבער דעם אז דער ירושלימער רב האט אים גערופן מיט א בקשה אז מ׳דארף געלט פאר די אפמאך וואס די מוסדות עטה״ק האבן געמאכט מיט די עירי׳ אין ירושלים איבער די אומבאצאלטע טעקסעס אויף זייערע בנינים, און מ׳דארף זאפארט באצאלן דריי מיליאן דאללער כדאי דער הסכם זאל ווערן.
איז די מעשה אזוי, היינט איז געווען א גרויסע ישיבת בי״ד איבער דעם נושא בהשתתפות אלע אדמורי״ם ורבנים מנהיגי הקהילות פון די עדה החרדית, און די מנהלי המוסדות, ועל צבאם די חברי הביד״ץ. האט מען גערעדט דארט אז מגייט בעטן קרן הצלה א מיליאן דאללער, און פון ביידע סאטמארער רבי׳ס יעדער א מיליאן. איז געווארן א דו״ד ווער וועט רופן די סאטמארער אדמורי״ם, איז געבליבן אז משה שטרנבוך וועט רופן אהרן און ר׳ יושע ראזענבערגער דעם רבין. ר׳ יושע האט גערופן דעם רבין תיכף ומיד, און געזאגט איבער דעם נושא המדובר, דערנאך האט דער ירושלימער רב איבערגענומען דעם טעלעפאן און זיך אויפגעהויבן פון פלאץ און באדאנקט מיט א אויסטערלישע התרגשות איבער די חלוקה וואס שקל הטהור האט היינט פארטיילט, און באדאנקט דעם רבפירקעלן, דערנאך האט דער רבי געזאגט פארן רב אז אויב מ׳וועט ארויסשיקן א חשובע דעלעגאציע פון א״י פאר דעם צוועק איז ער זיכער אז מ׳וועט אי״ה קענען צוזאמשטעלן דאס געלט.
נו יעצט איז געקומען די ראי׳ אויף אהרן, מ׳בעט שטרנבוך ער זאל רופן אהרן, און שטרנבוך זאגט איך רוף נישט.. די אנוועזענדע אהרונים און דער דושונסקיא רבי האבן זיך ממש איינגעבעטן ביי אים, אבער והוא באחד, און זאגט ווייסט עטס דען נישט אז דער קרית יואלער רבי גייט נישט געבן דאס געלט?!
די אהרונים זעענדיג אז ס׳איז צרות האט מען אין איילעניש אריבערגערופן יוסף לייב יאקאב ער זאל געבן דעם איינשפריץ פאר שטרנבוך, און ווי נאר ער איז אנגעקומען האט ער אנגעהויבן מסביר זיין פאר שטרנבוך אז מ׳האט שוין גערעדט צום רבין (אהרן), און ער איז מסכים צו געבן דאס געלט, דער ראב״ד דארף בלויז געבן די ברכה. רופט זיך שטרנבוך אן נו אז ער איז מסכים וועט מען רופן.
יצחק שלמה בלוי רופט אריין צו אהרן אין שטוב, און הייבט אן זאגן מ׳זיצט דא דער גאנצער בי״ד און דער ראב״ד וויל בעטן דעם רבין זיך צושטעלן צו א צוועק. שטרנבוך האט געכאפט וואס מוויל אים דא איינטונקן, האט ער זיך גענומען שרייען איך רעד נישט, כ׳האב געזאגט איך האב מיט אים נישט וואס צו רעדן. יצחק שלמה האט געזען אז ס׳איז צרות, און די שטרנבוך שרצים אייניקלעך האבן געלאזט הערן אז דא גייט זיך גארנישט טוישן, האט יצחק שלמה למעשה אפגעענדיגט דעם טעלעפאן קאל, און איבערגעגעבן דעם טעלעפאן פארן ירושלימער רב זאל אויך וואונטשן, (האט זיך שוין דער רב מער נישט אויפגעשטעלט..). ע״כ המעשה.
עס איז איבעריג צוצילייגן אז דער יאקאב איז שוין פעסט אויפן סמארטפאון מיט שמעקל ווידער און די בני בראקע פאשקעוויל שרייבערלעך ארומשיקן דעם שבת איאויף אלע טישן אין איחוד קאנטרי א זאפטיגען משולחן שמועס פון דעם שטערנבוך מיט'ן נארוני איבער די ציונות פונעם גאב"ד און זיין ברודערקע דעם מנהיג הדור סאטמאר רבי שליט"א.
דער טריליאנער חסיד שוטה אהרן משה שלאגער האט יארצייט ווי ביים קרן לילדי צרפת צו העצן לעילו נשמת א באבע און אויסצאלן די געהאלט פון אלע פאשקעווילן פירקעלער.