א שאלה אין דער וועלט אריין
פשט, ווי איך לערן עס אפ, איז ביידע רעדן פון דער זעלבער קאנצעפט, הגם זיי ווענדן זי אן אויף אנדערע באגריפן.
מיט דער פילאסאפיע, האבן דאך די גריכישע פילאסאפן געפרעגט די זעלבע קשיות אויף די זעלבע דערשיינונגען. זיי האבן אויך גענישטערט אין דעם יסוד פון דער בריאה. דעמאלט האט מען אפשר נישט געוואוסט אזויפיל פרטים. היינט ווייסן מיר וויאזוי אן אטאם זעט אויס, אפשר בעסער פון זיי. אבער די קשיא וואו דאס אלץ ענדיגט זיך, איז, ווי עס שיינט, געפרעגט געווארן דעמאלט מיט דער זעלבער כוונה ווי היינט.
עס קען אפשר זיין אז טאקע דערפאר וואס די פילאסאפיע האט געוואוסט ווייניגער פרטים, איז איר גרינגער אנגעקומען צו פאקוסירן אויפן אייגנטליכן יסוד פון אלעם.