הויפט זייט » 2011 » אזא געפלאנטע נסיעה

אזא געפלאנטע נסיעה

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו · ארטיקל #109
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
6/06/2011#1
אזא געפלאנטע נסיעה
אין א קליין ווינקעלע פון מיין פאנטאזיע וועלט האלט א ווארעם-לאך זיך אינמיטן אנטוויקלען. איך ווארט געדולדיג ער זאל זיך געהעריג אפפארטיגן. ווען ער וועט זיין גרייט צום באנוץ, וועט ער מיר דאס מעלדן, דורך דריי ברעקעלעך מן, וואס ער וועט צו האלבערנאכט מיר אריינווארפן אינעם יעצטיגן דא. 

די ערשטע צייט-נסיעה וועל איך נעמען קיין מצריים פון 12טן יארהונדערט. מיין צדה לדרך וועט באשטיין פון א פּאר גרויסע זון-ברילן, וואס איך וועל זיך אויסבארגן ביי א האליוואוד-שטערן. 

איבער די גאסן פון דארט און דעמאלט וועל איך גיין און פרעגן זיך ביי דורכגייערס, וואו וואוינט דאס ערגעץ מוסא דער זון פון מימון? 

אז איך וועל דאס הויז זיינס געפינען און דער גרויסער פילאסאף וועט מיר א מינוט פון זיין טייערער צייט שענקען, וועל איך, זייער אומזיכער, אזוי א פרעג טאן: איר ווילט קומען, רבי?

כ'וועל מיט אים אינאיינעם צוריק אהערקומען. איך וועל דעם רמב"ם ארויפפירן אויפ'ן דרייסיגסטן שטאק פון א מאנהעטנער וואלקנקראצער און שעמעוודיג א פרעג טאן: נו, רבי. וואס טראכט איר יעצט?


2011-06-10 04:13#2
אזא געפלאנטע נסיעה
און ער וועט ענטפערען: מה שהיה, הוא שיהיה, ומה שנעשה, הוא שייעשה; ואין כל חדש, תחת השמש.

דער דארום קוקס אויס אנדערשט, אבער דער ווארום איז דער זעלבער!!!
2011-06-15 12:52#3
אזא געפלאנטע נסיעה
ער האט עס נישט געזאגט אין זיין צייט, פארוואס זאל ער עס יעצט יא זאגן?
2011-08-18 08:44#4
אזא געפלאנטע נסיעה
iz dos bekivn anonim, oder hob ikh nor farzen dem nomen funem poet/fantazyor. ver iz dos? (oyb s'iz nit tsu dreyst azoyns tsu fregn