פרטים
עס פלאנטערט זיך אין מיר א וועלט פון פרטים,
וואס באגרייפן נישט זיך אליין.
פרטימ'לעך און פרטי-פרטים,
צוזאמגעשטעלט פון עפעס וואס קיינער ווייסט נישט.
מוטשעט זיך דער אנאליטיקער,
פון כאאס -- עפעס סדר צו ארויסקריגן.
לאכט א שטיק מיסטעריע,
אט יענער, וואס די פרטים האלט צונויף.
וויל איך דורכציען א שנירל,
צעגייען די רינגלעך א האָר ארויפצו און כהרף-עין פריער.
שטייט אפהענטיג דער כלל,
שטוינט אויף א יסוד פון מסודר'דיגער אומלאגיק.
אזא איז מיין גורל,
באשערט פון הינטערן אומזעבארן פירהאנג.
צו פארשווענדן צייט, פארניצן ענערגיע:
דעשיפרירן די מיסטעריע פון הסתר;
אויסזוכן דעם דריידל אין עצם פשט;
שפאלטן תירוצים אויף ווייטערדיגע קשיות;
אראפפירן פראגן פון גראדן וועג.
אזוי וועלן טעג זיך אויסשפילן,
און פורמען חדשים און יארן.
ביז קומען וועט דער לעצטער אטעם,
קוים מיט געוואלד זיך ארויסשטויסן.
קוים מיט געוואלד זיך ארויסשטויסן.
אין אן אויגנבליק
וועט אלעס קלאר ווערן.
און אויב וועט דער כהרף עין
זיך לאזן שפאלטן,
וועט צייט זיין פאר א טרער פון עק אויג זיך ארויסגליטשן --
אונטערווינקען די לעבעדיגע: לאז געמאך...