הויפט זייט » 2012 » טרם כל ככלות הכל

טרם כל ככלות הכל

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · ארטיקל #116
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
1/16/2012#1
טרם כל ככלות הכל
דו ביזט איבעראל און בעצם אלעס;
ווער איך, טייל פון דיר, נישט מיד דיך זוכן

אלץ איז אילוזיע -- אזוי איז עס במציאות;
טו איך, בִּלתִּי עקזיסטענץ, צו דיר אויסשטרעקן נישט-הענט

דו זעסט אלעס, קוקסט אויף יעדן;
ווייל ווי יחידים האבן מיר זיך באשאפן אין דיין בריאה

נעמסט ארום און פילסט אלץ אן -- 
באזייטיג אבער, פולשטענדיגער שלם, תּוך און פאָרם

אי-ה מקום כבודך:
פארוואס זענען פאראן וועגן און פלאץ אין צווישן?

נעם וואס איז במילא דיינס:
זאלן בטל ווערן געבער און נעמער

שרייב זיך אָן פירוש-רש"י אויף אחד,
און פיר אונז מיט חסד אריין אין די אותיות.