במשך דריי טעג
בלויער הימל
פון דורכזיכטיגן גרינג
לאָדנט אויס
שווערע ווייס-שטיקער
צערייצטער רעגן
זאט פון נישט באקומען
שלינגט אפּעטיטלעך
פון שטח הפקר טעמ'לאזן מָן
פאר'חידוש'טע זון
דאס פּנים צו צייטווייליגן שפּיגל
לעקט נעימות'דיג
דעם עכא פון איר אפּוועזנהייט