ויהי ממחרת
עס האט געזאלט זיין דאס ערשטע מאל וואס אונזערע פירערס וועלן קוקן דאס מציאות אין פנים און אנערקענען אז זיך אוועקדרייען און פרום אויסשפייען וועט העלפן ווי א טויטן באנקעס. געזאגט האט מען אונז אז מיר וועלן איינמאל פאר אלעמאל נעמען די אינציאטיווע און זוכן א וועג וויאזוי צו גיין פון דא ווייטער. אזוי האט מען אונז געזאגט.
סארא אנטוישונג.
איך בין אנטוישט פון דער פארפאסטער געלעגנהייט -- מעגליך די לעצטע פון דעם מין. א שאד -- אזא שאד. מאסן מענטשן, וואס זענען ע"פ רוב געקומען פולשטענדיג פרייוויליג און מיט'ן איינציגן ציל צו הערן עפעס קאנסטרוקטיוו, זענען ארויס פונעם זאל אזוי ליידיג ווי ביים אריינקומען -- מיט א צוגאב פון א יאוש-געפיל, אין מיין פאל.
עס איז פאר מיר צום וויפילטן מאל קלאר געווארן אז אונזער ישועה וועט נישט קומען פון דער מזרח-וואנט. דארט ווייסט מען פון נארישע פאליטישע חשבונות; דארט קריגט מען זיך איבער פוסטע נארישקייטן; דארט איז וויכטיג וואס פאליטיש-מאטיווירטע עסקנים האבן צו זאגן. די וואס מיינען עס יא ערנסט און טיילן דעם רצון פונעם ציבור צו פארבעסערן אונזער לעבן און צוגרייטן אונזערע קינדער צום נייעם מציאות, זיי זאלן בלייבן אידן און מענטשן אין א תקופה פון אפנקייט און הפקרות, יענע ווייסן נישט וואו מיר שטייען אויף דער וועלט. אזא איינדרוק באקומט זיך.
עס איז א נייע תקופה, רבותי. מיר קענען נישט זיצן און ווארטן אויף אנווייזונגען פון די עיני העדה. מיט יענע אויגן איז דער כלל א בלינדער אן קיין וועגווייזער. זיי זענען מיט אונז אינאיינעם אריינגעקראכן אין דעם חושך. מיט אונז אינאיינעם זוכן זיי א וועג ארויס פון א פרעמדן הויז וועמענס וועגן זענען זיי אומבאקאנט.
די פראבלעם ליגט ביי אונז, דורכשניטליכע מענטשן, אידן פון א גאנץ יאר. דער תיקון וועט נאר קומען פון אונז, דורך אונז. יעדער דארף אנהייבן טראכטן פאר זיך אליין וואס ער וויל און וויאזוי אנצוקומען אהין. ווארט נישט אויף קיין דירעקציעס, ווייל זיי וועלן נישט קומען -- נישט פון דער ריכטונג פון וואו מיר דערווארטן זיי.
דער אויבנאן איז שטעקן געבליבן אין א תקופה ווען מען איז פארנומען שיצן די ווענט, וואס זענען געבויט געווארן מיט'ן ציל אפצוהאלטן די דרויסנדע קולטור פון זיך אריינרייסן צו אונז. דארט איז מען פארנומען אויסשטאטן די וועכטערס ביים טויער מיט מאדערנעם געווער, אפצוהאלטן די וואס ווילן ארויס פון אנטלויפן.
דא, וואו מיר זענען במציאות, זענען די ווענט און די שומרים 100 פראצענט נישט רעלעוואנט. דער חורבן איז דא און די וועכטערס שטייען אט פאר'ן אריינפאלן אינעם גרוב וואס אונטער די שווערע טויערן.
מיר געפינען זיך אין א אידישקייט וואס איז באזירט אויף א סטרוקטור, אונטערגעבעט מיט עצות צו פארזיכערן אז אלע בלייבן אינעווייניג. מיר שטייען אבער פאר א מציאות וואס צילט יחידים וואס בלייבן ווייטער באקוועם דא. דער בנין איז פעסט און די מויערן זענען באוואכט; אבער די גאנצע פעסטונג שווימט אויף וואסערן און קיינער ווייסט נישט וואוהין זי טראגט זיך.
תיקונים פאר'ן ציבור זענען גוט און וואויל -- אזוי לאנג ווי מיר ווייסן אז דאס זענען צייטווייליגע מאסנאמען. מיר דארפן זיך נעמען אויפבויען יחידים; לערנען א אידישקייט וואס באשטייט פון מער ווי בלויז אזהרות און התראות. דער נייער דור דארף אויסגעשטאט ווערן מיטן געצייג וואס שטימט מיט די פראבלעמען מיט וואס ער ספראוועט זיך. א יונגערמאן זאל נישט פארלירן דאס גלייכגעוויכט ווען ער שטויסט זיך אן אין דיעות און השקפות אנדערש ווי ער האט אייביג געהערט; א פרוי זאל נישט פארלירן די באלאנץ ווען א פרעמדער שמייכלט זיך צו איר.
ווי עס איז, דרייען זיך ארום טויזנטער גייסטיגע זאמבּיס וואס זענען פראגראמירט צו פונקציאנירן ווי אויטאמאטיקס. קיינער האט זיי נישט געזאגט פארוואס ער דארף טאן דאס וואס ער איז מיט'ן-לעבן געווארנט געווארן צו טאן. קיינער האט אים נישט צוגעגרייט צום מציאות פון לעבן מיט וועלכן ער האט זיך געטראפן ספראווען א טאג נאכ'ן ארויסגעשיקט ווערן פון דער ישיבה-וועלט. פון א לעבן דיקטירט דורך זינלאזן צוואנג, פאלט מען אריין אין א שטורמדיגן ים, אן וועלכער-עס-איז צוגרייטונג.
דער רוב פון אונז וויל זיין גוט. דער נעכטיגער ציבור האט עס באשטעטיגט מיט'ן קומען -- און געדולדיג איינזיצן דורכאויס דער פוסטער רעטאריק וואס האט אויסגעפילט דעם גרעסערן חלק פון דער "פראגראם".
דער גוט-מיינענדער ציבור, וואס וויל זען א תיקון, וואס וויל בלייבן ערליך, וואס ווארט נישט אויף דער מינוט ווען אונזער וואקלדיגער בנין וועט זיך איבערקערן כדי צו קענען זיך אנשליסן אין א מאסן עמיגראציע -- יענע דארפן וויסן אז מען דארף אליין טאן, אליין זיך צוגרייטן, אליין זאגן די קינדער, אליין רעדן צום אויבערשטן, אליין באשליסן, אליין אונטערנעמען מיטלען און מאסנאמען.
קיינער וועט די ארבעט נישט טאן. די וואס ווילן, קענען נישט; די וואס קענען, האבן אנדערע פריאריטעטן אין לעבן. פון גלאצן צום אויבנאן וועלן מיר אויף קיין האר נישט קלוגער ווערן. מיר דארפן זיך אליין אין די הענט נעמען.
"ראה נתתי לך ..." די תורה רעדט צום יחיד. די תורה און דאס לעבן באשטייען נישט פון א מיסטעריעזן דאקומענט געמאכט פאר אן עקסלוסיווען קלוב. יעדער מענטש לעבט זיין אייגן לעבן, פרייט זיך ווען ס'גייט אים גוט, און פייניגט זיך ווען עפעס טוט וויי. יעדער איד איז אליין מחיוב וואס ער איז מחיוב. דאס התחייבות פון טאג-טעגליכן לעבן איז א יחיד'שע התחייבות, געוואנדן צו יעדן מענטש באזונדער.
ס'האט זיך געענדיגט די צייט פון זיך אריינשטעלן אין א כלל און מיטפארן. דער כלל פארט נישט גוט. דער כלל ווי א כלל וועט נישט זען קיין תיקון כל זמן ער פאלגט נאך בלינדע מענטשן וואס ביים קלארסטן דעת ווייסן נישט וואס זיי ווילן. דער כלל וועט גוט ווערן ווען די יחידים וואס פורמען אים וועט זיך נעמען טראכטן און טאן וואס ער דארף, אן ווארטן אויף רשות און דירעקציע פון אונזערע בלינדע אויגן.