די וויסנשאפט
די וויסנשאפט. כ'האב זי ליב. זי דינט ווי א גלעזל קאלט וואסער צו שטילן מיין נייגער-דורשט.
איז וויסנשאפט אבער טאקע בלויז דאס, א מיטל צו ערפילן א נויט.
איך וויל אבער וויסן וואס ליגט אונטער דורשט. איך וויל פארשטיין וואס אזוינס איז מיט'ן וואסער -- דאס שייכות פון דעם ביז מיין דורשט. וואס האט זיי צוזאמגעברענגט? וויאזוי איז עס אז די צוויי פאסן אזוי איינס צום אנדערן?
כ'ווייס, די פראגן האבן ענטפערס. אבער די דאזיגע ענטפערס ברענגען אויף פרישע פראגן. די קשיא, הגם אין אנדערע פארמען, וועט בלייבן שווער.
די וויסנשאפט איז אזא פלעשלייט. זי שיקט א מאסע ליכט און דעקט אויף פאר די אויגן זאכן וואס זענען שוין פריער דא געווען. מיר האבן זיי פשוט נישט געזען, ביז געקומען איז די וויסנשאפט און פאר אונז געוויזן דאס, וואס איז דא געווען פון אנהייב אן.
איך וויל וויסן וואס ליגט אונטער די פאקטן, וואס די וויסנשאפט אנטדעקט. איך וויל זיך באקענען מיט דעם כוח, וואס טרייבט דאס עקזיסטירנדע פון נישט-זיין צו יא-זיין.
וויסנשאפט וועט די פראגע קיינמאל נישט ענטפערן -- נישט ווייל זי וויל נישט, נאר ווייל זי קען נישט.
וויסנשאפט זוכט צו פארשטיין דאס וואס איז שוין דא. וויסנשאפט מאכט דעם חשבון, וויאזוי די נאטור פונקציאנירט. וויסנשאפט ווייסט אבער נישט וואס טרייבט די נאטור; וויסנשאפט ווייסט נישט פארוואס.