וואו איז דער באשעפער?
מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש פרעגן: וואו איז דער באשעפער? אוי וויי, וואס ענטפערט מען זיי: "לית אתר פנוי מיניה."
מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש פרעגן: וואס איז דער באשעפער? אוי וויי, וואס ענטפערט מען זיי: "לית מחשבה תפיסה ביה כלל.
א ג-ט וואס איז אין סוף אין יעדן הינזיכט און אופן ווי דער פראז קען נאר פארשטאנען ווערן, קען קיינמאל נישט באגריפן ווערן. געפינען מיר דאך אבער אזעלכע זאכן ווי "דביקות בהשם", דאווענען צום אויבערשטן, און נאך. וואס איז פשט: ווי קען א מוגבל האבן שייכות, קאנטאקט, מיט א וועזן וואס איז באמת כולל דעם עצם עקזיסטענץ פון דעם אייגנליכן מענטש, וואס זוכט צו מאכן אט אזא קאנטאקט?
איז דער אמת אז לעולם וואלט אזא זאך אוממעגליך געווען. און נישט נאר וואלט עס בפועל נישט געווען מעגליך, נאר מיר וואלטן ניטאמאל געמעגט אזוי טראכטן. די סיבה פארוואס מיר מעגן דאווענען, רעדן צו ג-ט, איז ווייל ער אליין האט אונז דערויף געגעבן רשות. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר קענען באווייזן צו אנטוויקלען אזא מין "שייכות", וואס איז לעולם אוממעגליך.
וויל זיך אבער נאך אלץ פארשטיין וויאזוי די זאך "ארבעט": וואס איז די "מעכאניזם" פון דעם דאזיגן פראצעס, דביקות בהשם?
דער ענטפער אויף דעם ליגט אינעם ענטפער פונעם פריערדערמאנטן ניגון (וואס ווערט מיוחס, דאכט זיך, צום ריזינער. דער ענטפער זעלבסט קומט פון זוהר).
די צוויי שאלות, "וואו" און "וואס", זענען זייער שכל'דיגע פראגעס פאר עמיצן אויף א זוך-מיסיע. מען קען דאך נישט זוכן פאר'ן וויסן פריער וואס די געזוכטע זאך איז און וואו מען דארף זי זוכן. די תירוצים, "נישטא קיין פלאץ וואס איז פריי פון אים" און "ס'איז דעם געדאנק אוממעגליך אים צו באנעמען", זענען נישט קיין "תיקו", נאר די אמת'ע, אייגנטליכע ענטפערס אויף די קשיות. לאזט מיך מסביר זיין.
דעם אויבערשטן -- פינקטליכער: ג-טליכקייט -- קען מען געפינען און פילן. מען קען ג-טליכקייט פילן גענוג קלאר און שארף, אז דער מענטש זאל זיין הונדערט פראצענט איבערצייגט אין דעם אמת פון וואס ער פילט. אבער כדי אים צו געפינען דארף מען אים פריער זוכן. וויאזוי זוכט מען אים?
מען קען ג-ט נישט זוכן אויף א געוויסן פלאץ, ווייל ער איז דאך למעלה מן המקום. ער געפינט זיך אויך נישט דווקא אין א באשטימטער צייט, ווייל ער איז למעלה מן הזמן. צוליב דער זעלבער סיבה געפינט ער זיך נישט דווקא אין א באשטימטן מענטש -- אדער סיי וועלכער אנדערער זאך אינערהאלב דער בריאה.
די גאנצע פראבלעם, אבער, איז נאר שייך אויב מיר זוכן ג-ט. דעמאלט איז דאך באמת נישט שייך צו אפילו זוכן. ג-טליכקייט, איז אבער שוין א צווייטע זאך. דאס קען מען יא געפינען. ג-טליכקייט איז אן אנטפלעקונג, א שטראל, פון עפעס וואס איז העכער אונזערע השגות. כלפי ג-ט אליין, קען מען אפילו אט דעם זאץ, "העכער אונזערע השגות", נישט זאגן. ווייל איינמאל אין סוף, קענען מיר אים שוין נישט מגביל זיין, אפילו מיט אן אי-הגבלה, וואס איז אויך, סוף כל סוף, אזא מין מענטשליכער פרואוו פון מגדיר זיין.
ג-טליכקייט, וואס איז בפירוש יא עפעס העכער אונזערע השגות, לאזט זיך פילן און משיג זיין -- אבער טאקע דווקא נאר דארט, אויף אן ארט העכער אונזערע השגות. דארט קען מען איר זוכן, און אויב מען זוכט, וועט מען איר סוף כל סוף געפינען -- טאקע דארט, העכער אונזער השגה.
אונזער השגה ווי מענטשן קען מען סומירן אין צוויי יסודות: דעם שכל און די עגא-אידענטיטעט. די צוויי זאכן דעפינירן דעם מענטש. אין דער סעקונדע וואס דער מענטש באווייזט זיך ארויסצורייסן פון די צוויי הגבלות, וועט ער באלד פילן דעם "העכערס"/ג-טליכקייט.
די בריאה איז איין גרויסע מאניפעסטאציע פון אלוקית. אין דעם זינען איז דאס גאנצע באשאף איין גרויסע "זאך". די עקזיסטענץ פון דעם "איך" מיט וואס יעדער מענטש ווערט געבוירן, אט דאס שטייט אין וועג פון זען דאס וואס איז די גאנצע צייט דא. ווען דער מענטש באווייזט ארויסקריכן פון דעם עגא-איך, ווערט די שטער באזייטיגט, און ער זעט באלד די "גאנצקייט" און "אייניגקייט". די דאזיגע איבערלעבעניש קען נישט באצייכנט ווערן אנדערש ווי ג-טליך. אזוי זאגן די וואס האבן עס שוין געפילט.
דאס איז וואו דער באשעפער איז: לית אתר פנוי מיניה. ג-טליכקייט איז דער נעקסטער שטאפל נאך דעם. און זי קומט דארט פון זיך אליין. איינמאל א מענטש "גייט ארויס" פון זיך, קומט ער אויף דער אנדערער זייט טיר אריין אין א ג-טליכער איבערלעבעניש.
אבער, וואס איז ער, דער באשעפער -- דער ג-טליכקייט וועלכע מיר קענען יא פילן? איז דער ענטפער, אז דאס איז אזא וועזן וואס לאזט זיך נישט באגרייפן מיט דער מחשבה. נישט אז ער איז נישטא, אדער כ'ווייס נישט וואס ער איז; נאר דאס גענוי איז זי, די ג-טליכקייט: אַן אִי-תפיסת מחשבה. קריך ארויס פון דעם מחשבה-אָרביט, וועסטו אריין אין דער געזוכטער ג-טליכקייט.
ג-טליכקייט איז דא און יעדער קען זי פילן. מען דארף זי נאר זוכן. וואו געפינט מען איר? זי איז עפעס וואס פילט אן כל היקום. וואס איז זי? א העכער-אונזער-השגה וועזן. לאז דעם עגא ווערן אויס און קריך איבער דעם ראנד פון מחשבה, וועסטו זי זען קלאר און פשוט, אן קיין קונצן און פשט'לעך.