ג-טליכע שפרינג ברעטער
אין אידישקייט, ווי אנדערע רעליגיעס און טראדיציעס, איז פאראן א באלעבאטישע ליטעראטור ארום דעם פענאמען "ג-ט". פון חקירה-פילאסאפיע ביז חסידיזם און ווייטער די היינטצייטיגע קארליבאך-קולטור, פרואווען אלע צו דערנענטערן דעם מושג פון ג-טליכקייט צום מענטש (אדער מענטש צו ג-טליכקייט, געוואנדן אינעם ספעציפישן צוגאנג).
ס'איז פשוט, אז ס'איז נישט פאראן דער מיטל וואס קען אריינפירן דעם מושג ג-ט אין דער מענטשליכער השגה. וויאזוי זאל דען א מענטש קענען פארשטיין עפעס וואס געפינט זיך "אינדרויסן" פון אלעם וואס עקזיסטירט, אריינגערעכנט השגה אליין?
איך האב אמאל פארשטאנען אז חקירה פרובירט נישט מער ווי זאגן אז ס'איז מוז זיין אז "עפעס" איז דא פאראן, וואס איז למעלה אונזערע השגות. פילאסאפיע בויט אויף א לאגישן "קעיס" פאר א סיבה ראשונה, א ממציא לכל הנמצאים. אמת טאקע, זאגט די חקירה, אז די "זאך" וואס קומט נאך דער מסקנא איז אוממעגליך צו באגרייפן; קענען מיר אבער אוועקשטעלן ווי א פאקט, אז דער דאזיגער אומבאגרייפבארער עפעס עקזיסטירט.
אבער איך מיין אז דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. ג-טליכקייט לאזט זיך מיט'ן שכל קיינמאל נישט באנעמען. דער איינציגער אופן ווי מיר קענען ווי-עס-איז האבן א שייכות דערמיט איז דורך זי דירעקט פילן -- אזא סארט עמאציאנעלע איבערלעבעניש, וואס, פונקט ווי ג-טליכקייט אליין, לאזט זיך נישט מגדיר זיין אין ווערטער. מען קען וועגן אזא איבערלעבעניש רעדן און רעדן פון היינט ביז מארגן; דאס געפיל בלייבט אבער אן איבערלעבעניש וואס וועט פארשטאנען ווערן בלויז דורך עמיצן וואס האט עס שוין געפילט.
אנקומען צו דעם געפיל איז זייער א שווערע זאך. די עיקר שוועריגקייט שטעקט אינעם שכל, אינעם מוח, אינעם עגא, אינעם טראכטן. דער שכל, דער עגא, זיצט ביי יעדן מענטש ביים רעדל פון וואו ער קאנטראלירט אלעס -- אפילו ווען מיר באמערקן עס נישט דירעקט. דער שכל קען אבער דעם מושג ג-טליכקייט נישט באנעמען. דער שכל אנאליזירט, קאטאגאריזירט, חקר'נט -- אלעס וואס די דאזיגע איבערלעבעניש, א פענאמען מחוץ דעם שכל'ס תחום, איז נישט.
ג-טליכע דערפארונג הייבט זיך אן דארט וואו דער שכל-עגא ענדיגט זיך -- פינקטליכער, א שריט-צוויי נאך דעם. ארויסלאזן דעם עגא פון בילד איז אבער מורא'דיג שווער; דער עגא-שכל איז ראפינירט קלוג ביז גאר. ער קעמפט פאר זיין פאזיציע, אלס דער צענטראלער קאנטראל צענטער פונעם מענטש, מיט דעם זעלבן אייפער פון א מענטש וואס שלאגט זיך אויף זיין לעבן.
באקעמפן דעם עגא איז טאקע אין רוב פעלער א זינלאזע קריג, ווייל דער עגא וועט כמעט אייביג מנצח זיין דעם רצון. דער שכל/מוח וועט יעדע זאך אנאליזירן, און ווען דער מענטש וועט פרובירן "איגנארירן" דעם מוח, וועט ער זיך נעמען אנאליזירן אט דעם נעמליכן צושטאנד: דעם איגנארירטן מוח...
עס איז אבער פאראן א וועג, וואס דערמעגליכט אויסקרויזן דעם שכל-עגא אנשטאט אים אומברענגען. דאס איז אזא טריק זיך צו דערשלאגן צו דער תוך-עסענץ פון דער נשמה דורך אן אומוועג. עס באשטייט פון טראגן דעם מוח צו א מצב וואס ער קען נישט באגרייפן, מיט וועלכן ער ווייסט נישט וויאזוי זיך אומצוגיין. דעמאלט איז סך גרינגער אים אפצושטעלן פונעם כסדר'דיגן מחשבה-שטראם. ווען א קאמפיוטער דארף זיך ספראווען מיט אן אויפגאבע וואס ער איז נישט פראגראמירט געווארן צו טאן, וועט ער זיך אפשטעלן. ער וועט אפשר פרובירן פארשטיין די אויפגאבע, אבער איינמאל ער זעט איין אז דאס איז עפעס העכער זיינע מעגליכקייטן, וועט ער זיך אפשטעלן און אויפגעבן.
דאס זעלבע, אויף א מער באגרעניצטן פארמאט, געשעט מיט'ן מוח ווען ער טרעפט זיך מיט אן אויפגאבע וואס איז מחוץ זיינע מעגליכקייטן.
דאס, מיין איך, איז איינער פון די צילן מיט חקירה. זי שטעלט אוועק א יסוד פאר א מציאות פון א סיבה לכל סיבות -- עפעס וואס איז אינגאנצן "אינדרויסן" פון עקזיסטענץ. דער מענטשליכער מוח קען אט אזא מין "עפעס" בשום אופן נישט באגרייפן. ער פרואווט, אבער סוף כל סוף וועט ער מוזן אויפגעבן. אויב דער מענטש, דער אייגנטליכער בעל הבית, זאל זיך לאזן, וועלן די מחשבות זיך, אזוי צו זאגן, אפריקן אין א זייט. דעמאלט איז א שעת הכושר צו קענען פילן.